ביטערע אמעראציעס אין פלעטבוש
דאס פלעטבושע אידענטהום האט געהאט די געלעגענהייט דעם זונטאג נאכמטאג, צו הערן ערשטהאנטיגע פעטע "אמעראצעס" פונעם גאון רז"ל שליט"א ביי די מסיבה לטובת כולל שומרי החומות אין פלעטבוש.
דער למדן האט אנגעהויבן מיט "לך לך"... וואו: אל הארץ אשר אראך... וואו איז דאס? ארץ ישראל (!)
ארץ ישראל איז אשר אראך. א בפירוש'ע פסוק אז ארץ ישראל איז די געליבטע לאנד ביי השי"ת, און דארט האט דער באשעפער געשיקט אברהם אבינו...
די זעלבע זאך זעט מען ביי די בנות צלפחד (בן חפר) וועלכע האבן געבעטן משה רבינו צו האבן א אחוזה אין ארץ ישראל... זעט מען ווידער די גרויסע מעלה פון ארץ ישראל.
ע"כ יעצט אז ס'איז דא דער כולל שומרי החומות איז זעלבסטפארשטענדליך אז מיר דארפן שטיצן די לומדים אין ארץ ישראל... די פלעטבושער אידן האבן געשטוינט פון די גאונות נפלאות פון אונזער למדן
תוקן על ידי - פשטידא - 02/11/2006 2:11:30
|
|