פון דא האט עס די "מעלות" גענומען...
און איך האב אלעמאל געמיינט אז די "מעלות" גנב'עט נישט פון אנדערע צייטונגען...
מיט אפאר יאר צוריק - דוכט זיך בעפאר פסח - איז געווען אין די מעלות א הומאריסטישער ארטיקל איבער דעם ווארט קאמפיוטער, צי עס איז א לשון זכר צי א לשון נקבה. און אויסגערעכנט עטליכע טעמים אויף יעדע זייט. דער ארטיקל איז געווען אזא גוט'ס (פאר איינעם וואס קען אביסל קאמפיוטער'ס) אז עס ליגט מיר נאך אין די ביינער ביז היינט.
היינט בין איך געווען אויף "בחדרי חרדים", און נישט ווייניגער נישט מער עמיצער ברענגט דארטן אויף העברעאיש דעם ארגינעלן וויץ [אויך אן א מקור], וואס איז ממש ווארט ביי ווארט אזויווי עס איז געווען נאכקאפירט אין "מעלות" ! נאר מיט נאך עטליכע צדדים אויף ביידע זייטן וואס האט נישט געהאט קיין פלאץ אין א חרדי'שע אויסגאבע און דערפאר איז עס ארויסגעפאלן...
איך בין באמת שאקירט !
[איך האב אלעמאל געוואוסט אז זיי ברענגען אמאל פון אנדערע, אבער געווענליך שרייבן זיי צו א מקור דערויף. אין זייערע אנהייב יארן האבן זיי מערערע מאל געהאט ארטיקלען וואס זענען געקומען פון פרעמדע מקורות אבער זיי האבן אלעמאל אנגעצייכנט דעם ארגינעלן מקור. אפילו צו חיים וואלדער'ס וועלט-בארימטן בוך "שימו לב אל הנשמה" האבן זיי אמאל געברענגט א מעשה - מיט א מקור. א אקט וואס האט בשעתו געהויבן אויגנברעמען ביי די וועלכע באטראכטן די מעלות פאר א גאר-פרומע אויסגאבע.
אבער שרייבן דעם דאזיגן וויץ אן אנגעבן לכל הפחות אז עס איז נישט זייער אייגנ'ס איז מיר באמת א חידוש. מעגליך אז זיי האבן געקלערט אז קיינער פון זייערע ליינער האבן נישט קיין אינטערנעט ?].
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=2074847
תוקן על ידי - געגאנגען - 03/11/2006 7:23:16
 |
|
|