בית פורומים כל העולם כולו

ס'קומען גוטע טעג פאר אונז ארימע חסידאקעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/11/2006 22:54 לינק ישיר 
ס'קומען גוטע טעג פאר אונז ארימע חסידאקעס

אסאך חסידישע רעפובליקאנער טרייסטן זיך אז די דעמאקראטן וועלן גארנישט קענען אויפטאן, אבער וואס זיי כאפן נישט איז אז די דעמאקראטן גייען נישט פארשלאגן אז מען זאל זיך ארויסציען פון איראק אדער אנדערע לונאטיק לינקע ליבעראלע פראפאגאנדע.

ניין, ניין, ניין!

די דעמאקראטישע אגענדע פאר די ערשטע פאר טעג איז פארצושטעלן בילס וועלכע וועלן העלפן אזעלכע "פשוט'ע" און ארימע אמעריקאנער ווי אונז חסידים. קיין שום רעפובליקאנער קאנגרעסמאן וועט זיך (האפנטליך) נישט וואגן זיך קעגנצושטעלן קעגן אזעלכע פארשלאגן.

1. העכערן די מינימום וועידזש.
(וואס דאס וועט העלפן מיליאנען ארימע אמעריקאנער)

2. איינפירן רעגולאציעס קעגן לאביאיסטן, כדי צו ענדיגן די פארשווענדענישן פון מיליאנען דאלארן פאר אומנויטיגע צוועקן, ווי ס'איז געווען די לעצטע פאר יאר.

3. איינפירן אלע רעקאמענדאציעס פון די 9/11 קאמיסיע, כדי צו באשיצן אמעריקע פון ווייטערדיגע טעראר אטאקעס (איינער ווייסט פארוואס א פארטיי וואס האט זיך געהאלטן אין איין שטאלצירן אז נאר זיי קענען באשיצן אמעריקע פון טעראר, האט נישט איינגעפירט די פשוט'ע רעקאמענדאציעס פון די 9/11 קאמיסיע צו באשיצן אמעריקע?)

4. פארקלענערן די אינטערעסט רעיטס פאר סטודענט הלוואות (קען העלפן פאר חסידישע אידן וואס ווילן זיך גיין לערנען א פרנסה קלה ונקי')

5. איינפירן שטרענגע געזעצן אז ס'זאל פארגיין די אפעטיט פאר קאמפאניס וואס ווילן אוועקשיקן אמעריקאנער דזשאבס קיין אויסלאנד (אסאך אסאך אידן האבן שוין פארלוירן דזשאבס צו קאמפאניס אין אינדיע)

6. סטעם סעל ריסוירטש, צו העלפן אויפקומען מיט נייע מעדיצינען פאר פארשידענע מחלות. דאס איז אויסגעהאלטן ע"פ תורה, אבער נישט לויט די קריסטליכע רעליגיע.

7. זיך נעמען איבער די גרויסע אויל קאמפאניס וואס מאכן גאזיליאנס פון די הויכע גאזאלין פרייזן (פאר וועמען די רעפובליקאנער האבן ביז יעצט געגעבן ריזיגע טעקס קאטס, אז זיי זאלן "האבן געלט" צו קענען גרובן נאך אויל קוועלער...)

8. זיך נעמען איבער די גרויסע פארמאסודיקעלס וועלכע פארקויפן די זעלבע מעדיצינען אין אנדערע לענדער פאר א צענטל די פרייז ווי אין אמעריקע (אזוי אז ס'לוינט זיך שוין צוריק צו אימפארטירן פון קענעדע קיין אמעריקע, די זעלבע מעדיצינען וואס זענען אימפארטירט געווארן פון אמעריקע קיין קענעדע, און ס'קומט נאך אלץ אויס פעניס קעגן וויפיל ס'קאסט דא אין אמעריקע - די רעפובליקאנער האבן ביז יעצט געהאט איינגעפירט שטרענגע געזעצן נישט צו ערלויבן פאר מענטשן צו אימפארטירן מעדיצינען פון קענעדע קיין אמעריקע.)

די דעמאקראטן גייען אפילו נישט אפשטעלן בוש'ס טעקס קאטס. זיי גייען נאר פארארבעטן מעשים אוועקצוגעבן די טעקס קאטס פון די רייכע פאר אונז, אונז 99 פראצענט פארמעגליכע, מיטל קלאס און ארימע אמעריקאנער.

הורעי! די פארטיי וואס נעמט זיך אן פאר די רעכטן פון די פשוט'ע, ארימע און באקריוודעטע אמעריקאנער איז געקומען צו די מאכט. די פארטיי וואס האט זיך אנגענומען פאר די רעכטן פון די רייכע און בעסערע און... ארימע-קריסטן איז ארויס!

ס'קומען גוטע צייטן!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2006 22:16 לינק ישיר 

זיסקייט!
איים סורפרייזט!
"צוויי טויזענט טאללער" האסטו געשיקט צו ליבערמאן?...
איך האף אז נישט פון מעשר געלט...
מן הסתם ביסטו א גרויסער עושר אדער האסטו סעלף אינטרעסט צו לעקן ליבערמאן,


אז ביי דיר ווארפט זיך טויזנטערס קום אונז נישט לערנען אדער דערציילן וויאזוי דער עמך פשוט'ע מענטש לעבט אדער זאל לעבן,

תוקן על ידי - פשטידא - 12/11/2006 2:26:48



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2006 21:29 לינק ישיר 

לייג נישט אריין ווערטער אין מיין מויל וואס כ'האב קיינמאל נישט געזאגט. וואו האסטו מיך געזען אטאקירן די חסידים? און זייט ווען בין איך געווען קעגן ליבערמאן? אדרבא, ס'איז נישט געווען נאך אזא קאמפיין וואס איז מיר געגאנגען אזוי צום הארצן ווי דער קאמפיין פון ליבערמאן. איך האב אים אריינגעשיקט א דאנעישאן פון די מאקסימום 2,000 דאלאר.

וואס האסטו געטאן צו העלפן ליבערמאן?

און יעצט, ביסטו טאקע פון די איין פראצענט רייכסטע אמעריקאנער? אויב יא, דעמאלץ זאלסטו בעסער זיין א רעפובליקאנער ווייל די דעמאקראטן מאכן נישט קיין סוד פון דעם אז זיי ווילן אוועקנעמען די טעקס קאטס פון די איין פראצענט רייכסטע.

און אויב ביסטו פון די 99 פראצענט רייכע, מיטל קלאס און ארימע אמעריקאנער, ווילן דאך די דעמאקראטן דיר שניידן די שטייערן!!! (חוץ אויב דו ביסט אזוי ארים אז דו צאלסט אפילו נישט קיין שטייער).

איך בין אויך ב"ה א שיינע פארדינער, איך באלאנג אבער נאכנישט צו די רייכסטע איין פראצענט אמעריקאנער. אלזא, איך בין אנגעוויזן אויף יעדע פעני אין טעקס קאטס וואס די דעמאקראטן ווילן מיר געבן.

און איך האב ברוך השם נישט די שלעכטע מדה פון סעלפישנעס, און איך האלט אז ס'איז נישט יושר אז אמעריקאנער בירגער זאלן פארדינען נישט מער ווי 5.15 א שעה. אויב איינער האלט אז ס'איז מעגליך צו לעבן אויף אזא קליינע סכום זאל ער עס אויספרובירן בכבוד גדול. לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם אז וויבאלד זיי פארדינען נישט גענוג מוז זיי די רעגירונג אויסהאלטן. און פון וועמענ'ס געלט קומט עס? פון דיינע! לאמיר אויך נישט רעדן פון דעם אז מענטשן וואס פארדינען ווייניגער ווי 5.15 א שעה ווערן בהכרח צוגעצויגן צו פארברעכנס ווייל זיי האבן נישט פון וואו צו לעבן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2006 21:06 לינק ישיר 

זיסקייט,

די האסט זייער גוט ארויס געוויזען דיין טיפישער ליבעראלקייט, מיט אראפ רייסען אלע חסידים אויף איינמאל, דאס איז טיפיקעל ליבעראליזים, אז נעבעך די חסידים ווייסן נישט וואס איז גוט פאר זיי, א גרופע שנארער, אן די גוטסקייט פון די קלוגע גוטהארציגע ליבעראלע וועלן זיי אלע אונטערגיין.

ברוך השם איך בין א חסיד אין האב פרנסה בריווח, איך דארף נישט, און איך נעם נישט קיין פעני פון די גאווערמענט, איך צאל "אסאך טעקסעס".
און רוב פון מיינע חבירים חסידים זענען ביזנעס לייט, און אינז דארפן א פרא ביזנעס גאווערמענט, וואס שניידט טעקסעס, וואס טיילט נישט איין וויפיל צו צאלען פאר די ארבעטער, אין לאזט די מארקעט אפמאכען וויפיל מען דארף צאלן.

אויכט גלייך איך צו איינקויפען אין וואל מארט, וואס דיינע פריינט ווילען אינטער ברענגען. 

איך האב נישט אזויפל צייט ווי די און דיינע בלאגער פריינט, צו שרייבען אזויפיל תגובת, איך וועל דיר לאזן האבן דעם לעצטען ווארט, און איך וועל גיין ווייטער ארבעטן.

איין זאך פארגעס נישט א סענטאר ליבערמאן האט געווינען די וואלען, א שאד פאר די כוחות וואס דיינע בלאגער פריינט האבן אריין געלייגט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2006 00:48 לינק ישיר 

פרייליכע נייעס,

די דעמאקראטן האבן יעצט געמאלדן אז זיי גייען באשטעטיגן א געזעץ, ספעציעל פאר די אלע פרא-ביזנעס ארימע חסידים וואס ווילן זיך רעגיסטרירן אין דעם פראגראם.

1. קיין שום ביזנעס וועט נישט טארן געבן מער ווי 5.15 א שעה פאר די חסידים אינעם פראגראם.
2. אין פאל זיי ווערן קראנק וועט מען זיי נישט טארן אויסהיילן מיט מעדיצינען וואס זענען געמאכט געווארן דורך סטעם סעל ריסוירטש.
3. היות די רעגירונג וועט אויפהערן צו געבן מיליאנען פאר די רייכע אויל קאמפאניס, וועלן די חסידים אינעם פראגראם אליינס מעגן אראפגעבן מעשר וואס וועט געשיקט ווערן צו די אויל קאמפאניס.
4. אויך וועט מען גרינדן פאר זיי א ספעציעלע שטאט וואס וועט נישט זיין באשיצט דורך ראדיעישאן דעטעקטארס און אנדערע אנטי-טעראריזם מאסנאמען.
5. די מענטשן אינעם פראגראם וועלן אויך קענען וואלונטירן אוועקצושיקן זייערע דזשאבס קיין אינדיע.
6. ווי אויך וועלן זיי קענען אונטערשרייבן א ספעציעלן וועיווער אז זיי ווילן נישט באקומען קיין טעקס קאט, און די טעקס קרעדיט וואס די רעגירונג וויל געבן פאר זיי וועט מען שיקן דירעקט פאר ביל געיטס.
7. מען וועט זיי נאר פארקויפן די ביליגסטע מעדיצינען פאר די טייערסטע פרייזן.

די געזעץ האט אבער א באדינג:

אלע מענטשן וואס שרייבן זיך איין אינעם פראגראם מוזן אונטערשרייבן אז זיי וועלן מער נישט נעמען קיין אויסלענדישע אומלעגאלע פוילישע און מעקסיקאנער אימיגראנטן פאר קלינינג לעידיס, קלינינג מען און אנדערע שמוציגע ארבעט וואס קיין שום אמעריקאנער וויל נישט טאן.

די געזעץ קומט אויך מיט א פרייליכע דזשאב אפענינג מעלדונג:
היות אלע מוסדות התורה און אויך אלע אידישע קאמפאניס (ווי למשל בי ענד עיטש) און אלע היימישע גראסעריס, און אלע אידישע הייזער האבן אוועקגעשיקט זייערע אומלעגאלע אימיגראנטן ארבעטערס איז יעצט דא אסאך דזשאב אפענינגס פאר'ן היימישן ציבור.

פאר יונגעלייט:
מוסדות התורה און גראסעריס האבן יעצט עוועילעבל פאזיציעס פאר ביהכ"ס און קלאסן רייניגער, ארדערס פּאקן און דעליווערן, ארויסלייגן אייטעמס אויף די שעלפס וכו' וכו'. מען באצאלט זייער גוט: ווייניגער ווי די מינימום וועידזש איז געווען פאר די דעמאקראטן האבן עס יעצט געהעכערט...

פאר פרויען:
היות אלע פוילישע און מעקסיקאנער גויטעס זענען צוריקגעשיקט געווארן פון וואו זיי זענען געקומען וועלן אידישע מאמעס זיך מער נישט דארפן צוקוקן מיט כעס און ווייטאג וויאזוי זייערע דזשאבס ווערן אוועקגענומען. איר קענט איצט ווערן א גויטע פאר די זעלבע גוטע באדינגונגען וואס זענען געווען עוועילעבל פאר די גויאישע גויטעס ביז יעצט... חסידישע פרויען וואס זוכן א גויטע דזשאב אין וויליאמסבורג זאלן גיין צו די לייבערי העכער די הייוועי וואו מענטשן קומען יעדן טאג אויפפיקן גויטעס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ס'קומען גוטע טעג פאר אונז ארימע חסידאקעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext