חוצפה: בזיון נורא נגד הדיין מראסס שליט"א
א שרעקליכע חוצפה בזיון איז פארגעקומען דעם מיטוואך נאכט קעגן דעם דיין ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן שליט"א פון ראסס סט. אינעם זאל פון קאנקארד ביי די חתונה פון זיין אייניקל בן בנו ר' ברוך אברהם שליט"א, מיט נכד כ"ק אדמו"ר מסוקלען שליט"א.
ביי די מצוה טאנץ פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מקיוואשד שליט"א האט יוסף אלי שלעזינגער קיוואשד'ער רבי'ס גבאי צוזאם געשטעלט סקולען רבי מיטן קיוואשד רבי'ן צו טאנצען אינאיינעם, און דער עולם האט זיך געהויבען דער דיין איז געשטאנען אין זייט, דער דיין זון האט צוגעטראגען דעם דיין אז ער זאל אויך מיטאנצען, כדי אז אלע דריי זאלן טאנצען אינאייעם.
אזוי ווי יוסף אלי האט עס געזעהן איז ער צו געלאפען און ער האט געגבען א כאפ אן די דיין פון די בעק, און אים ארויסגעשלעפט מיט חוצפה פונעם רינג, און געלאזט נאר דעם סקולען רבי מיטן קיוואשד רבי טאנצען אינאיינעם.
דער דיין איז רויט געווארן פאר בושה, און די בזיונות זיינער איז געווען עד אין לשער, עס איז געווארן אן איבערקערנישט דער גאנצער עולם האט עס צוגעזעהן, נ. קרויס דער גבאי פונעם דיין, איז צוגעלאפען צו שלעזינגער און ער האט אנגעהויבען צו מאכן קולי קולות אויף אים, דו מחוצף די שייגץ, עס איז געווארן אן איבערקערנישט.
די נעקסטע טאג איז די פייער גרעסער געווארן, ווען די דיין מענשטן האבן אנגעהובען צו פארפירן אז מען זאל מאכן יוסף אלי אויס גבאי אין ראדני, ווייל ער האט מבזה געווען דעם דיין, יוסף אלי האט געזעהן אז עס איז צרות און דער עולם פארפירט, איז ער אריבער געלאפען צום דיין שטוב איבער צו בעטן דעם דיין, דער דיין האט אים געזאגט אז ער איז אים נישט מוחל, און ער האט אים פארשיקט פון זיין שטוב.
פארשטייט זיך אז דער פייער איז גרעסער געווארן, און די דיין מענשטען פארפירן גפערליך, יעצט שטייט ר' זלמן לייב אין א קלעם וואס צו טאן, צו זיך אן נעמען פארן דיין, אדער פאר שלעזינגער וואס איז איינע פון זיינע הויפט טארעריסטן, און טוט אפ אלע רשעות וואס עס פעלט זיך אויס.
שלעזינגער פירט שוין לאנג א מערכה קעגן דיין זייט דער דיין אזי זיך געגאנגען מאכן שבת פאר זיך, און ער פראוועט אליינס, אוועק נעמען דיק מענטשן וואס ר' זלמן לייב דארף האבן קריטיש ביי זיינע תפילות אנציפילען די פלעצער.
 |
|
|