2 מיליאן!!! פילאנטראפ ר' וואלף נוסענצווייג שליט"א
די גרויסער פילאנטראפ הרבני הנגיד מקים עולה של תורה ר' וואלף נוסענצווייג שליט"א האט נעכטן נאכט ביי א מסיבה לכבודו, וואס איז פארגעקומען אינעם זאל פון ראז קעסטל דורך די ישיבה גדולה ומתיבתא תואה ויראה דסאטמאר בקרית יואל יצ"ו, צוגעזאגט די פאנטאסטישע סכום פון 2 מיליאן דאללער לטובת די ישיבה הק'.
כ"ק מרן רבינו שליט"א האט זיך באטייליגט ביי די מסיבה, און אנגעוואונטשן פארן חשוב'ען נדבן.
ר' וואלף וועט באקומען די נאמען פונעם ביהמ"ד אינעם בנין הישיבה, און מען וועט הערליך איבערבויען די בנין, לפאר ולרומם בית אלקינו.
|
|