בית פורומים כל העולם כולו

הגה"צ דומ"ץ קר"י שבת און מאנסי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/11/2006 03:02 לינק ישיר 
הגה"צ דומ"ץ קר"י שבת און מאנסי

די פארגאנגענע שב"ק פר' וירא האבן תושבי מאנסי בכלל און חברי קיט"ל ד'סאטמאר בפרט געהאט די זכיה צו זיין די אכסניא של תורה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וועלכע האט געוויילט און מאנסי לכבוד די שמחת קידושא רבא בבית בנו הרב אהרן יקתוא-ל שליט"א מרבני וחכמי כולל ברך משה שע"י קיט"ל ד'סאטמאר מאנסי.

פרייטיג צונאכטס האט דער דיין געדאווענט און ביה"מ דקהל ויוא"מ אויף 1 מאנסי בלווד. וואו עס האבן זיך -לכבודו פונעם געהויבענעם גאסט- צוזאמען גענומען א גרויסער ציבור בראשות רב הקהילה הרה"ג ר' חיים יהושע הלבערשטאם שליט"א חדב"ן רבינו ז"ל הכ"מ, דער דיין איז נתכבד געווארן מיט תפלת קבלת שבת ווי ער האט יורד געווען לפני התיבה, נאכן דאווענען איז דער עולם דורכגעגאנגען שלום נעמען און וואונטשען גוט שבת.

שבת אינדערפרי האט דער דיין געדאווענט אונעם ביה"מ דקהל יט"ל ד'סאטמאר מאנסי, ווי עס איז נאכ'ן דאווענען געפראוועט געווארן די שמחת הקידוש לרגל הולדת נכדתו, לכבודו פונעם גרויסען גאסט -וועלכער איז גאר שטארק נערץ ביי אלוועלטליכע חסידי סאטמאר זייענדיג פון די געציילטע מורי הוראות וועלכע זענען נאך נתמנה געווארן דורך רביה"ק זי"ע מרן הדבר"י- האט זיך א גרויסער ציבור אנגעשטרענגט צו קומען אפי' פון דערווייטנס מיטצוהאלטן די תפלות במחיצתו ועל צבאם פני וראשי הקהילה וזקני אנ"ש פון מאנסי.

צו של"ס האט זיך ווידער איבער געחזר'ט דעם זעלבן בילד ווען חברי קהילתנו האבן דעהאט די זכיה צו פארברענגען אינאיינעם בעת רעווא דרעווין מיט'ן דיין שליט"א וועלכער איז נתכבד געווארן מיט אמירת פסוקי יחוד ודברי תורה.
 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2006 05:03 לינק ישיר 

איז הרב הגאון הצדיק רבי חיים יושע שליט"א
געקומען צום קידוש לכבודו פונם דומ"ץ שליט"א?
צוריק צו געבן א ביקור גומלין




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הגה"צ דומ"ץ קר"י שבת און מאנסי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext