בית פורומים כל העולם כולו

יו"ד כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מבעלזא זי"ע ועכי"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/11/2006 18:46 לינק ישיר 
יו"ד כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מבעלזא זי"ע ועכי"א

לכבוד דעם יו"ד האט כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א פון ירושלים געטרינקען לחיים מיט לעקיך, און פארציילט סיפורים פונעם הייליגען בעל הילולא זי"ע.

איינע פון די מעשיות וואס דער בעלזער רב שליט"א פון ירושלים האט פארציילט איז ווי פאלגנד

פעם הגיע העצי חיים מסיגעט זצ"ל לבעלז להסתופף בצל זקני ז"ל ונשאר לשבות שם בשבת, בשבת בעת קריאת התורה כיבדוהו מרן זי"ע בעליית שישי, לאחרי פטירתו רצה גם מ"מ האדמו"ר רבי יואל מסאטמאר זצ"ל להגיע לבעלזא, אבל פחד שלא יכבדוהו בעליית שישי והחליט לא לנסוע לבעלזא, ופעם נפגש עם רבי מרדכי האלבערשטאם מגארליץ זצ"ל ושכנע אותו שייסע לשבת פרשת תולדות שאז עושים הוספות לפני שישי, כי מכבדים את מרן זי"ע בפסוקים של ויתן לך, והחליט לנסוע לבעלזא וכיבדוהו בעליית שישי.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2006 02:22 לינק ישיר 

בנוגע די עצם מעשה,

דער מהרי"ד פלעגט סתם אזוי נישט אוועק געבן פאר קיינעם קיין שישי.

די מעשה מיטן עצי חיים איז לכתחילה געווען פרשת תולדות!

סאיז געווען תרע"ה, יענע וואך איז געווען די ברית פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אין ראצפערט.

איז אויב דער רבי האט טאקע אזוי שטארק געדארפט שישי האט ער שוין געדארפט וויסן פונעם עצי חיים אז שישי באקומט מען נאר תולדות...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2006 02:05 לינק ישיר 

הייסט גייט דער בעלזער לכבוד דעם נישט קומען צו די חתונה און וועט בלייבן אינדערהיים?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2006 02:02 לינק ישיר 

לכאורה נישט, ווייל די צדדים זענען נאך נישט גרייט פאר דעם, אין די בעלזער פארשטייט די רבי'ן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-21/11/2006 01:48 לינק ישיר 

יעצט אז למעשה וועט דער רבי פארן צו די חתונה
וועט ער זיך טרעפן מיטן בעלזער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2006 19:10 לינק ישיר 

ס'איז ביי מיר נישט קיין גרויסע נפק"מ וואס דער בעלזער האט יא אדער נישט געזאגט, דאס עצם דערציילן אזא מעשה - וואס קיינער לייקנט נישט - צייגט שוין אויף זיין 'גרויסע הערצה' צום רבי'ן זי"ע, און אז די אלטע שנאה/קנאה האט נאך ווייט נישט אויסגעוועפט. אפילו אויב ס'איז היינט 'פאליטיש-קארעקט' צו לעבן גוט מיט יעדן און נישט זאגן קיין שארף ווארט איינער אויפן צווייטן.

דאס פארלאנגט נאך שטארקער אז ער זאל קומען/שיקן איבערבעטן אויפן קבר פון רביה"ק זי"ע, און ווי לאנג ער טוט דאס נישט איז לדעתי נישטא וואס צו רעדן פון קיין שלום.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2006 17:47 לינק ישיר 

פערצופאל האלט איך יא אז דער בעלזער האט עס דערציילט אז דער עצי חיים איז שוין געהאט אוועק, איך ווייס נישט אויב ער האט טאקע געזאגט אז דער דברי יואל איז געווען זיין ממלא מקום, אבער סאיז אומעגליך צו גלייבן אז דער וואס האט עס געשריבן אין בחצרות האט סתם געחלומט.
יעצט ווען ער האט בושות טרייען זיינע חסידים עס צו לייקענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2006 17:41 לינק ישיר 

 א ריכטיגע 'פיו הכשילו'!

אין א צייט ווען ער טוט כל טצדקי שבעולם צו דערגרייכן עפעס א 'כמו' שלום מיט סאטמאר, האט ער פונקט געוואלט פארציילען א 'סאטמארע עובדא', בחצרות האט עס פונקט נישט גוט ציטירט, און טררראך די גאנצע בנין איז צופאלען.
בחצרות האט זיך טאקע פארשפארט אבער ס'קען זיין אביסעלע צו שפעט, דאס ווערט אויף ענגליש אנגערופען 'דעמעדזש קאנטראל'
ביי אידן האט מען אלעמאל געוואוסט אז גארנישט איז נישט קיין מקרה, פערצופאל, פון הימל האט מען פארשוינט כבודו של גאון עוזנו מרן רביהקוה"ט זי"ע.

וויאזוי האט זיך רבינו שליט"א אויסגעדריקט "ווען ער וועט טוהן וואס עס שטייט און שו"ע ילך עם י' אנשים על קברו וכו' וועט מען רעדן פון שלום" ודפח"ח

פארצייל מיר נישט קיין מעשיות, (וועלכע זענען אגב נישט מדויק) שיק מיר נישט קיין משלחת'ער, וואונטש מיר נישט קיינע מזל טוב'ס, טוה צו דער זאך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2006 02:34 לינק ישיר 

כפי שדווחתי לחסידי בעלזא ,כי הדברים כפי שהובאו במערכת בחצרות, הביא לטלטלה עזה ברחובות וויליאמסבורג, וכפי שהגיע לדוא''ל , המערכת בחצרות נסגר,
 ולא ישלח עוד הודעות באי מייך, ואנו תפילה שיתרבה כבוד שמים על ידענו, וישרור שלום בין אחינו בנ''י



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-20/11/2006 00:19 לינק ישיר 

בס"ד


 


בעדכון שנשלח בשבוע שעבר מהלעקיך און בראנפין שערך כ"ק מרן שליט"א בליל ההילולא של כ"ק מרן מהרי"ד זי"ע ועכי"א הובאה עובדה כדלהלן שגויה לגמרי, למרות שמערכת 'בחצרות' הינה יוזמה פרטית (שנועדה לאנ"ש בלבד, משתמשי אי-מעיל לפרנסתם שנרשמו לקבל העדכונים), וכפי שקיבלנו על עצמנו לא לכתוב עובדות, ולא הי' בידינו הכלים לרשום הד"ת והעובדות בדייקנות, ואיננו מתיימרים להיות מדויקים ומוגהים, ראינו לנכון לברר העובדה ולהביאה מתוקנת.


 


הנוסחה המתוקנת:


 


אל כ"ק מרן מהרי"ד זי"ע היו באים הרבה רבנים ואדמורי"ם מגאליציא ומאונגארין, מרן זי"ע לא היה נוהג לכבדם בעליית שישי שהוא נהג לעלות בה, יוצא מן הכלל היה כשהגיע הגה"ק בעל עצי חיים מסיגעט זצ"ל, שמרן זי"ע החשיבו כמחותן (מרן זי"ע הי' ה'עומד מצד החתן' בעת נישואי חתנו הרה"צ רבי יחזקאל מציעשינוב הי"ד שנתייתם בילדותו מאביו הגה"ק בעל דברי שמחה מציעשינוב חתן מרן מהר"י) ולכן כיבדו בעליית 'שישי', אחיו הגה"ק האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל השתוקק גם הוא לבוא לבעלזא לחסות בצל מרן מהרי"ד זי"ע, אבל חסידיו לא נתנו לו לנסוע, בטענה שיהיו כאלו שיפגעו בעקבות כך במעמדו הרם (כבר היו לו אז תלמידים וחסידים למרות היותו אז רק בשנותיו השלושים) אחרי שאחיו נתכבד יותר הימנו, ייעץ להם אחד מבני הרה"צ מגורליץ (זה שהי' נכד מרן מהר"י) לנסוע לבעלזא לשב"ק פ' תולדות, ואז נוהג מרן לעלות לקריאת "ויתן לך" ובוודאי יכבד את הגה"ק מסאטמאר זצ"ל בעליית שישי במקומו, ואכן הגיע הגה"ק מסאטמאר זצ"ל למרן זי"ע לשבת תולדות, ונתכבד בנוסף לעליית 'שישי' גם לעבור לפני התיבה לתפלת פסוקי דזמרה.

תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 20/11/2006 0:20:22



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2006 16:50 לינק ישיר 

מצורף קובץ






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2006 16:49 לינק ישיר 

מצורף קובץ






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2006 16:49 לינק ישיר 

מצורף קובץ






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2006 16:27 לינק ישיר 

ווער בין איך.

ס'קוקט אויס אז דו נעמסט פון ערגעץ די מעשה, וואלסטו געקענט לייגן א לינק אדער א קאפי פון וואו דו שרייבסט נאך?

אויב איז אמת אז דער בעלזער האט דערציילט די מעשה, קיין נפ"מ אויב דער לשון פון שושנת יעקב אדער דעם אנדערן נוסח, איז עס א שרעקליכע עזות, אויסער וואס די מעשה איז גאנץ זיכער פאלש, אבער אפילו ס'וואלט אמת געווען איז עס א געפערליכע עזות. תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 19/11/2006 10:35:44



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2006 13:47 לינק ישיר 

על כגון דא נאמר (אבות א, יא): "אבטליון אומר; חכמים הזהרו בדבריכם שמא תחובו חובת גלות ותגלו למקום מים הרעים וישתו התלמידים הבאים אחריכם ונמצא שם שמים מתחלל"

אויף די אויבנדערמאנטע מעשה קען מען מיט רעכט זאגן: "לא היה ולא נברא", "נישט געשטויגן און נישט געפלויגן".

כ"ק מרן שליט"א מבעלזא האט דערציילט עטליכע עובדות פונעם הייליגן בעל ההילולא, איינס פון זיי איז געווען ווי פאלגנד:

"ווען דער עצי חיים איז געקומען צום זיידן זכרונו לברכה האט ער איהם זייער שטארק מכבד געווען אסאך מער ווי געווענטליך, ער האט איהם אוועק געגעבן 'שישי'. זיין ברודער דער סאטמארער רב זכרונו לברכה האט אויך געוואלט קומען, נאר אזוי ווי ער איז געווען אסאך יונגער פונעם עצי חיים האט 'מען' (!) מורא געהאט אז מען וועט איהם נישט מכבד זיין אזוי ווי דער עלטערער ברודער. איז געווען א קלוגע איד א גארליצער אייניקל פון אמעריקע (ד.ה. האט זיך שפעטער, נאך די מלחמה, באזעצט אין אמעריקע) און האט מייעץ געווען אז ער זאל פארן שבת פרשת תולדות, ווייל אזוי ווי דער זיידע זכרונו לברכה פלעגט עולה זיין אויף 'ויתן לך' וועט דאך שישי זיין פריי וועט מען דאס מן הסתם איהם (סאטמארער רב זצ"ל) געבן. וכך הוה, דער סאטמארער רב ז"ל איז געפארן אויף שבת תולדות און דער זיידע זכרונו לברכה האט איהם זעהר מכבד געווען, און האט אים מכבד געווען מיט 'שישי', כאטש עס זענען געווען נאך אסאך אנדערע און עלטערע רבנים". עכל"ק בדיוק.

איך האב עס נאך געשריבן אות באות פון דעם "מרא דעובדא" הרה"ח ר' אהרן וינד שליט"א וועלעכער איז דער אפיציעלער שרייבער פון חצר הקודש בעלזא שוין איבער 20 יאהר, און איז ידוע ביי יעדען איינעם אלס א "עקסטרעמע" דייקן אות באות ממש.



אגב, ס'איז אינטערעסאנט דא צו ברענגען נאך דריי עובדות (צווישן אנדערע) וואס מרן שליט"א האט דערציילט:

1. די ניגון פון די זיבעטע הקפה אין בעלזא איז אריבער צו די ציונים, פארן זיידן זכרונו לברכה האט דאס זעהר שטארק פארדראסן, און פון דאמאלט אן האט מען אויפגעהערט צו זינגן דעם ניגון אין בעלזא, אנשטאט דעם האט מען געזינגן דעם צווייטן הקפה ניגון אויך אויף דעם זיבעטן הקפה, און נאך ביז היינט זינגט מען אין בעלזא דעם צווייטן הקפה ניגון אויף די זיבעטע הקפה. ס'איז דא אנדערע פלעצער ווי מען זינגט נאך יא דעם אריגינעלן זיבעטע הקפה ניגון, אבער אין בעלזא נישט.

2. אמאל איז דער זיידע זכרונו לברכה געזעסן אין שטוב, און מ'איז איהם געקומען מודיע זיין אז די ציונים שטעלן אויף א 'אוניווערזיטעט' אין ירושלים עיר הקודש, דער זיידע זכרונו לברכה האט זיך זייער צעוויינט, און ער האט געוויינט און געוויינט אסאך שעות אז "ליידער ליידער" שטעלט מען אויף אזא זאך אין ירושלים.

היינט איז ברוך השם דא אזוי סאך ישיבות און כוללים, בלי עין הרע, אין ירושלים און אין גאנץ ארץ ישראל, דארף מען זיך פרייען אז לפחות "זה לעומת זה עשה האלקים". (אקעגן די טומאה איז דא כוחות דקדושה).

3. ווען הרצל ימח שמו איז געשטארבן זענען די שטוב מענטשן אריין געקומען צום זיידן זכרונו לברכה אז "הרצל איז געשטארבן", און דער זיידע ז"ל האט נישט רעאגירט, שפעטער זענען אריין געקומען די יושבים און האבן געשריגן (מיט פרייד): "הרצל האט געפייגערט", האט מען דערקענט אויפן זיידן א שמחה. האט דער זיידע ז"ל געזאגט דערויף: דא זעהט מען די חילוק צווישן 'חסידים' און 'בעלי בתים'... (מיינענדיג די יושבים וואס האבן דאס געזאגט מיט א עקסטאז און מיט א פרייד).

זכותו הגדול והקדוש של מרן אדוננו מורנו ורבינו הרב הקדוש והטהור מורה מורנו רבי ישכר דב בן מרן אדמו"ר הרהקוה"ט מורה מורנו רבי יהושע יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2006 01:53 לינק ישיר 

" לאחרי פטירתו רצה גם מ"מ האדמו"ר רבי יואל מסאטמאר זצ"ל להגיע לבעלזא,"

האדמו"ר רבי יואל מעולם לא מילא מקום העצ"ח
מי_אני, אמור לרבך ללמוד פרק בהוסטוריה לפני שהוא מספר מעשיות על מי שביזה אותו בפומבי ובריש גלי מבלי לבקש מחילתו כדין מאז ועד הנה.

חסידי סאטמאר לא ישכחו פרי מעלליו עד שי קיים מה שמבואר בשו"ע!


תוקן על ידי mefikel ב- 14/11/2006 1:56:35




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > יו"ד כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מבעלזא זי"ע ועכי"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext