וועלכע סעלפאן קאמפאני?
איך האב געוואלט וויסן אויב איינער האט דא עקספיריענס וועלכע סעלפאן קאמפאני עס לוינט זיך צו נוצן פאר א גרויסן פלאן. ד.ה. איך וויל בערך 3 אדער 4 טעלעפאנען פאר דעם זעלבן פלאן, און מען זאל "שערן" בערך 6,000 מינוט א חודש.
לכתחילה זאל נישט קאסטן צו רעדן פון איין טעלעפאן צום צווייטן. אזוי ווי ווערייזאן וויערלעס, וואס האט א "אין-מאביל" פלאן, דהיינו אז אויב מען רעדט פון איין ווערייזאן סעלפאן צו די צווייטע קאסט נישט. אדער אפשר איז נעקסטעל א מעלה אז מען קען האבן אינקאמינג פרי?
בקיצור, יעדער וואס האט עפעס עקספיריענס, גוטע אדער נישט גוטע, זאל ביטע זיך לאזן הערן זיין שיקול הדעת - פארוואס יא אדער פארוואס נישט. א דאנק!
|
|