בית פורומים כל העולם כולו

כולל שומרי החומות אין מלחמה קעגן אהרונים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/11/2006 02:19 לינק ישיר 
כולל שומרי החומות אין מלחמה קעגן אהרונים

די הנהלה פון כולל שומרי החומות, איז אין די לעצטע צייט אין מלחמה קעגן די אהרונים!

די הנהלת הכולל אין אמעריקא ווערט אנגעפירט דורך איינער פון די גרויסע זאלי שישקעס ש. מאיער, וואס ער זיצט אויף די קאסע פונעם כולל אין ער איז פולקאם בעל הבית, און שארט ריזיגע סכומים געלט אין טאש.

די גאנצע כולל שמורי החומות איז היינט סתם א געלט ביזנעס, ווי עס זיצן אפאר גנבים אין אמעריקא און אפאר אין ארץ ישראל און טיילן זיך מיט די רויב, זיי מאכן דאפעלט געלט איינמאל פון די מדינה הטמאה, און פין די מענטשן וואס מיינען אז זיי געבן די היליגע צדקה פאר ר' מאיר בעל הנס.

דער זאלי מאיער איז געווען דער וואס האט געמאכט ר' זלמן לייב פאר סגן נשיא, על אפם וחמתם פון תלמידי וחסידי סאטמאר וואס האבן געבלוטיגט ווען ער האט עס געטאן, בלויז אפאר וואכן נאכדעם וואס פראדעל האט אויפגענומען ר' זלמן לייב אין ווילי, און ער האט זיך אריינגעפיפען אין די תקנה פונעם כולל אז מען טאר נישט האבן צוויי סגני נשיאים ברידערס, אזוי אויך האט ער אנגעפיפען די אויסקים ווען רוב חברי הנהלה האבן געוועלט אז מען זאל עס נישט טאן.

אויך האט ער אין די לעצטע 7 יאר ארויסגעריקט די אהרונים פון די הנהלה פונעם כולל, ער מאכט מסיבות פארן כולל אין 5 טאנס, און אין פלעטבוש, און ער ריפט דארט נאר ר' זלמן לייב רעדן כדי ער זאל מאכן קאנעקשאנס מיט די עשירים דארט פאר קווינס ישיבה.

די וואך איז מאיער געגאנגען אין גענימען א נייעם בריוו "נאר" פון ר' זלמן לייב און פארברייטונג צום דינער אין בארא פארק, ער האט דאס ארום געקלעבט אין גאנץ בארא פארק, און אריינגלייגט אין דער איד, און געשריבען דערוועגן אין צייטונג.

מרן רביה"ק בעל ברך משה האט שוין פאר 10 יאר צוריק געוואלט אפהאקען מיט כולל שומרי החומות נאכדעם וואס מען האט איבער געוויזען שווארץ אויף ווייס אז זיי נעמען געלט פון די מדינה הטמאה רח"ל, אויך אז די הנהלה אין ארץ ישראל באשטייט פון א באנדע ציונים, רביה"ק זי"ע האט געשטורעמט דערוועגן, ער האט עס געוואלט אויס פירן למעשה, נאר בינו לבינו איז רביה"ק נעבעך נישט געזינט געווארן.

אשר ע"כ מיר תלמידי וחסידי סאטמאר ברויכן אפ צו האקן מיט די גנבים און ציונים פון כולל שומרי החומות, און נישט האבן מער קיין שייכות מיט זיי, ארויס ווארפן זייערע גנבים פישקעס אין גארביטש, און נישט שטיצען די צדקה פון ר' ש מאיער, און אלקא דשלמה ענינו..., נאר שטיצען די ריכטיגע און ערליכע שומרי משמרת ה', די ערליכע ירושלים בני תורה און משפחות וואס פלאגן זיך על המחי' ועל הכלכלה.

אלקא דמאיר ענינו!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2006 22:13 לינק ישיר 

אבער זיי לייזען נאך אלץ זייער אסאך געלט פון אהרונים
פארטיס - פישקעס שול-וואנט פישקעס אלע ארונים שולען פולען זיי אן א פישקע ואין פוצה..........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2006 22:04 לינק ישיר 

עס איז דא א חבריא פון אהרונים וואס זענען אוועק פון כולל שומרי החומות , און האבן זיך צוזאם געשטעלט מיט כולל חבת ירושלים זיי האבן פאר יאר צוזאם געשטעלט איבער 150 טויזענט דאללער, און זיי האבן געפענט א כולל לע"נ ר' אלעזר ריישא זי"ע.

מען קען זאגן אז עכ"פ רוב געלט איז אוועק פון כולל שומרי החומות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2006 21:37 לינק ישיר 

די דיבעט פארפארט שוין
אבער דער אמת איז אז דער ש מאיער מאכא אלץ אונטערן ריקען פון די וועד הפועל
פאר 2 יאר צוריק האט אן ארוני אויפמערקזאם געמאכט די הנהלה איבערן זשורנאל קוקען זיי עס דורך, זיי קענען נישט יעדע מינוט שטיין מיט ש מאיער און וואטשען
אז מען האלט זיי פאר קענען זיי טוען ,אבער דער ש. מיט זיין טיעם זענען זייער ראפינירט

איבער די אנדערע איז אזוי
קיינער לייגט נישט יא אבער ניין און בלאט וועגען די איסור
למשל:
תו"א זיי לייגען נישט וועגען זייערע תומכים זענען זאליס און ווייל איין טשעק פון זיגי בראך איז מער ווערט ווי זייער גאנצע געלט וואס זיי וועלן מאכן פון די דינער פון וואס די אהרונים וועלן צושטייער געבן און אויך פארשטייט זיך זענען זיי נאך שונאים ווייל משה גבאי האט גענומען א שטעלונג מיט זיי ווען זיי האבן זיך געקריגט און דער רבי זייערע האט גאר ווייניג געהאלטן פון דעם ברך משה ז"ל
אבער די זעלבע זאך איז פארקערט
שוה"ח האלט אז מיטן געבן פארן בלאט אסאך געלט מיט עדס כשר'ט ער זיין חזיר פיסל
וואס דאס איז דער אמת'ע עוולה
דער בלאט עס איז נאך נישט קיין הכשר אויפן ישרות מיטן סאטמארען ציבור



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2006 21:25 לינק ישיר 

יישר כח פאר די קאמפלימענטן

אז מרעדט שוין פון פרשת "תולדות"

לאמחר מאכן א קליינעם חשבון

אז תו"א שטייט קעגן אינז וועל מיר אויסגיין  פאר הונגער?
אז דער נאר וואס פירט זייער מוסד. האט פריוואטע אינטערעסן און ער שטעלט דאס פאר זיין אריגינעלע פליכט וואס איז קוקן וואס איז די בעסטע פארן מוסד פארוועם ער ארבעט

און דאס זעלבע מיט די אנדערע ארגנחזאציעס

אגב אוילנו
א כלל אויף אייביג. אז די ווילסט פאנטאזירן לאז אינז וויסן פראנאויס
א דאנק

אין יעצט א קליינע טשעפע, זיי מיר מוחל

אז די פאנטאזירסט שוין און די חלומ'סט בלייב שלאפן ביטע שעהן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2006 21:14 לינק ישיר 

איך האב שוין לאנג אפגעהאקט מיט כולל שומרי החומות, מיין פושקע האט שוין די גארביטש טראק אוועק געטראגען פאר 7 יאר צוריק .

שטאצט דעם געב איך די געלט פאר אונזער הייליגע כולל לצדקת רבי מאיר בעל הנס, כולל מצויינים ויואל משה דסאטמאר בירושלים עיה"ק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2006 21:07 לינק ישיר 

יאנעס69 און אלע אנדערע פערדן.

עטס זעטס וואס אוי_לנו שרייבט?

די זאליס באלעקן זיך די פינגער מיט ענקער סקאנדאל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2006 20:53 לינק ישיר 

פארוואס זיי לייגן נישט אין דער בלאט איז ווייל זיי האבן נישט קיין געדולד אריינצוגיין אין מיילעך דייטש'ס|שמואל ווידער'ס מחשבות וועם צו געבן פוסק הדור, וועם נאך די נאמען פון די ספר, וועם הגה"ק. אז מיילעך דייטש האט אנגעהויבן צו שפילען פאליטיק האבן זיי מיטגעשפילט. ולגופו של ענין פליפ די גאנצע סטארי אויף תולדות אברהם יצחק און דער איד. יעצט וועגן כולל שומרי החומות. עטץ דארפטס ענק נישט באליידיגן יעדע וואך עקסטער ווען עס קומען אויף פרישע מעשיות אז מוסדות און גדולי ישראל שטייען מיט מיט סאטמאר. לא זו הדרך. קיינער מיינט נישט ענקער שלעכטס. די טבע פון א מענטש איז אז ווען ער וויל וויסן ווער סאטמאר איז קוקט ער ווי דער עולם איז. אויב האט עטץ נישט גענוג א שטארקע פי אר צו מסביר זיין פאר די וועלט אז סאטמאר מיינט ערליכקייט און דער עולם בייים עם הארץ ווייזט אויף גארנישט, טרייטס נאכאמאל. עס וועט נאך אמאל קומען א צייט ווען אלע ריכטיגע גדולי ישראל וועלן טוישן זייער מיינונג און איינזען דעם אמת. אבער זיכער נישט יעדע וואך פריש וויינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2006 20:52 לינק ישיר 

משוגעים און פערדן, מאכטס מיר נישט נייע מחלוקת'ן. איך האב שוין גענוג אלטע.

הו קעירס וואס יענער האט געזאגט אדער געטראכט אדער געטאן?

ער טרונקט אונז דאס בלוט? ער איז א דזשאוק! ער איז א גארנישט מיט נישט. אונז זענען א מעכטיגע קהלה מיט בתי מדרשים און מוסדות.

אז תולדות אהרן דארף נישט אונזער געלט וועלן מיר זיי עס נישט געבן, אבער פארוואס מאכן אן איבערקערעניש? מיר לעקן זיך נישט צו קיינעם און קיינער דארף זיך נישט לעקן צו אונז.

די אלע וואס לעקן זיך יא צו אונז מיינען דאך אויך נישט אונז, נאר אונזער געלט.

און בנוגע כולל שומרי החומות איז העבר_אין גערעכט. זיי זענען אין א פיקל ווייל זיי זענען זאליס, אבער זיי דארפן פארט די סאטמארע חסידים, און וועגן דעם טרייען זיי וואס מער זיי קענען זיך צו לעקן צו אונז, אבער זיי קענען נישט וועגן דעם דראפן די זאליס וואס געבן זיי אויך אסאך געלט.

טראכטס רעשאנעל פאר א סעקנד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2006 20:39 לינק ישיר 

א גיטער איד האט מיר געזאגט א כלל אין צדקה וואס איז מיר שוין שטארק ניצבאר געווען גמה פעמים.

מען טאר ח"ו נישט שפילן קיין פאליטיק מיט קיין מוסד.

אבער טאמער די הנהלת המוסד וכו' שפילט פאליטיק מיטן מוסד דעמאלס דארף מען מיט שפילן.

דאס זעלבע איז דא.

כולל שומרי החומות שפילט פאליטיק מיטן מוסד און טרינקען אונז דאס בלוט, וועלן מיר אויך "מיט שפילן" די פאליטיק מיטן מוסד און זיי נישט געבן קיין איין דאללער.

דאס זעלביגע איז אין כלל יעצט ביי תולדות אהרן מוסד, זיי זענען פונקט אזוי הייליג און טייער ווי למשל די ספרדישע באר יצחק וכו', אבער אז זיי שפילן מיט זיער מוסד פאליטיק מיט אונז און שטינקען אונז דאס בלוט מיט זייער מוסד, דעמאלס דארף מען מיט שפילן פאליטיק מיט זיי.

אז איך רעדט שוין פון תולדות אהרן וויל איך דערמאנען צוויי קלייניגייטען וואס זיי האבן לעצטענס געטאן צו אונז.

1) זיי ארדוויטייזען נישט אין דער בלאט, ווייל משה גבאי זאגט אז די ברך משה האט עס גע'אסר'ט...

אבער צום כותלל גייען זיי אפילו רביה"ק בעל דברי יואל האט עס זיכער גע'אסר'ט...

2) און זייער דשורנאל האבן זיי אריינגעלייגט עדס פון בני יואל סאסאמאן וכו', אבער נישט פון די אהרונים קהלה כאטשיג מען האט דאס געשיקט.

ווייל משה גבאי זאגט אז די ברך משה לאזט נישט...

אבער די בני יואל וואס מרן רביה"ק בעל ברך משה, און די גאנצע בי"ד הגדול בירושלים ובראשם מרן בעל מנחת יצחק האבן עס געאסרט דאס מעג מען...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2006 20:07 לינק ישיר 

קליינער-קאפ,
א ראש קטן
מיט א מוח עצום.
גיט געזאגט ! ! !   




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2006 20:01 לינק ישיר 

[קליינע_קאפ אפשר הייבסטו אן שרייבן אויף ענגליש?]

Don't take it personaly, I was just kidding, your point is well taken




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2006 18:46 לינק ישיר 

יא י
ענער איז געלאפן
ניין
איך ווייס נישט אויב דער רבי איז דארט געווען

דאס איז זיכער אזאונז זעמיר געווארן  נארמאלע מענטשן

אפשר אביסל "צו" נארמאל

ווען מ'פירט א מערכה דארף מען עס פירן בכל תוקף נישט האלבוועגס פארשלאפן

ביפאר איך וועל זאגן וואס עס ליגט מיר אויפן צונג וויל איך מקדים זיין
אז:  ב"ה אונז האמיר א געהויבענעם רעבין און פאר גארנישט אין דער וועלט אין םאר קיינעם אין דער וועלט שעם איך זיך נישט, בדרך התורה אנו הולכים ובכן נעלה ונצליח בעז"ה

און יעצט: ביי א מערכה דארף מען זיין אזוי ווי און שאך טראכטן כמה פסיעות פאראויס
מ'האט זיי בטעות קיינמאל נישט געכאפט דרימלען "אינז יא"

מ'זעמיר געווארן "דזשענטללייט" זיי נישט

ווי מקען אנא בושה שפילן זיי פאליטיק אומפארשעמט. און נוצן יעדן ביסל אינפלוענס ווי אימער

צו דער זאלי שוויצער ביי זיין לאקאל רב אדער רבי. צו ביי פאליטישאןס. צו אין ארגאניזאציעס{ליין:עדה,התאחדות,שוה"ח,קרן הצלה,וכו' וכו'} ביי ראךיס, פראטעסטן,השגחה טינוף שמירעריי,

צו ביים פחזחש אנגרייפן עלטערע אידן, אנשים נכבדים,רבנים,

און אונז זעמיר "ארי עמבער" דזענטלמענס, און קורצן מלאזט זיך שפייען אין די קאשע אריין
היתכן? עד מתי?

און ענטפער מיר נישט אז ווייל מ,זעמיר צופרידן אין העפי. על כן זאל זיך די וועלט ברעכן קאפ.
אדער ברוך שהבדיל לנו ....בלא בלא

אין א מערכה דארףמען זיין מערכיש געלאוינט נישט פאסיוו און מילד.

און אוודאי נישט קורצזיכטיג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2006 18:13 לינק ישיר 

קליינע קאפ דאכט זיך אז איך האב א קלענערע קאפ, ווייל איך קוק עס אן פארקערט אבער קודם, לאמיר פארשטעלן מיין מהלך, וויל איך פרעגן, וואס איז געווען נעכטן ביים דינער, וויאזוי האט מען אויסגערופן דער רבין אדער דעם יעניגן, איך ווייס ניטאמאל צו דער רבי איז געווען, דער אנדערער שטעל איך פאר איז געלאפן אויף אלע פיר אבער לאמיר זאגן אז מיין 'עדוקעידעד געס' אז זיי וועלן אויפנעמען ביידע און נישט אויסרופן ברוך הבא כ"ק אדמור נשיא פאר קיינעם, נאר אויסרופן א ברוך הבא פאר אלע "חברי נשיאות' אינאיינעם ווייזט עס איין זאך אז שלמה מאיער מיט ר' פנחס וויינבערגער די צוויי וואס פירן פאקטיש אן היינט כולל שומרי החומות, איז טראץ זייער שנאה צו אונז, קען זיי נישט ערלויבן צו באפארצוגן דעם 'יעניגן' ווי למשל אין זייער "הכולל" איז דער רבי שענער געדעקט סיי ווי אויפן פעידזש, סיי דער אויסשטעל פון בילד, און סיי דער פאקט אז די הנהלה איז געקומען זיך דורכרעדן מיטן רבין, ווי איידער די בילד פון דעם 'יעניגן' וואס עס איז דא עטליכע ביי א מסיבה אין די פיוו טאונס און איין בילד איז ווי דער יעניגער רעדט, אויפן ערגסטן פאל, זענען זיי געדעקט אייניג פון די צווייטע זייט, די בריוו אין 'דער איד' עס הענגן אין די גאסן פון בארא פארק, איז די ארבעט פון זאליס בכלליות אפילו עס האט די שטיצע פון שלמה מאיער דאך ווייזט עס אז ער מוז עס טוט פון הונטערוויילעטטס דאס איז מיין קוק אויף די זאך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2006 17:59 לינק ישיר 

טייערע גולשים

עטס מוזט נישט זיין  איינשטימיג אויף יעדע נושא

אבער אויף 1 זאך קען יאך זאגן קלאר
פי.אר.  האבן די זאלוינים א סאך א בעסערן

אמת מיר דארפן קיינעם.און מיר ווארטן נישט אז פרעמדע זאלן אונז קומען צו הילף

און די סיבה פארוואס דער פרעמדער גלייכט זיי בעסער {אדער "נוצט" זיי ענדערש}איז נישט אינטערעסאנט

מיר איז נאר שווער וויאזוי די מוסדות אין ארגאניזאציעס וואס לכל הדיעות דארפן אנקומען צו "אונז". צו מיט געלט

צו מיט MANPOWER האבן די חוצפה איינמאל א נאכאמאל אינז צו פייפן און פנים

ממילא דאס אז זיי זענען אינפעסטירט מיט זאליס,דאס איז א נושא םאר זיך, אבער דאס אימפארשעמטקייט און פרעכהייט אין TO GET AWAY WITH IT דאס קאן איך נישט פארשטיין



בעט איך ענק ילמדנו "נא, רבותינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2006 06:16 לינק ישיר 

די קעפל איז א טעות די ריכטיגע איז "ש. מייער  אין קאמפ מיט סאטמער"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כולל שומרי החומות אין מלחמה קעגן אהרונים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext