וואו טרעפט מען אזא גוטן כאר דא אין אמעריקע?
איך האב געוואטשט די סיום הש"ס פון תשס"ה אין ארץ ישראל, און איך בין זייער נתפעל פון די חסידישע כאר פון חיים בענעט וואס זינגט דארט. זיי זינגען זייער פראפעשאנעל, אלע אין איין טאן, קיינער שרייט נישט ארויף אדער אראפ. קיינער פאנגט נישט אן אן אנדערע פאל אדער אנדערע ניגון בטעות. דער עולם הייבט זיך און שפרינגט ווי משוגע.
דרוקטס דעם פאלגנדן לינק, און מישטס אויף צו 24:54 מינוט. האלט מיט וויאזוי זיי פאנגען אן שטאַט און ווערן צוביסלעך שנעלער און שנעלער, ביים סוף וויל שוין דער עולם נישט אויפהערן טאנצן. http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=1176
|
|