בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/11/2006 18:34 לינק ישיר 
פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש

עס טומלט שוין ווידער.

עפעס האבן "מומחים" אויפגעוויזן ביי אן אסיפה פון רבנים אז זיי האבן געפונען חלב דאורייתא ביי "מיל מארט" , און די מנקרים ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם, דעריבער זאל מען נישט עסן קיין מיל מארט פלייש, אויך שרייבן זיי אז וועגן כשר'ן די כלים זאל יעדער פרעגן זיין מורה הוראה. (אויך פרעגט צי מ'זאל שוין איצט נאכאמאל כשר'ן, אדער זאל מען שוין צואווארטן ביז די קומענדיגע סקאנדאל.. .)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2008 00:24 לינק ישיר 

ווייסטו פארוואס מען זאגט פרייטיג צונאכטס צוויי מאל התעוררי התעוררי?

ווייל נאך יעדען התעוררות רוקט אינטער א צווייטער התעוררות .......וצרות אחרונות משכחת הראשונות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2008 22:02 לינק ישיר 

אזו ווי איך זעה אז לעצטנס איז נתעורר געווארן די גאנצע ענין פון חלב און בכלל כשרות פון פלייש, איז אפשר אינטערעסאנט צו מאכן חזרה אויף דעם אשכול, וואו מ'זעט די זעלבע בעלי מכשירים (יעדן סעזאן מיט אן אנדערן ניק) פארטיידיגן זייער אינדוסטרי מיט ציין און מיט נעגל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2006 01:44 לינק ישיר 

טרענט, א שכוח פאר דיינע תגובות, כ'אב ג'האט א שווערן טאג היינט, האסט מיך געמאכט אביסל לאכן, נאכאמאל שכוח.

עוד ישמע, איך בין מסכים מיט דיר הונדערט פראצענט, און כ'אב עס טאקע געהארט פון א חשוב'ן רב אז ביי עם האט דער באטערער פארלוירן יעדעס ברעקל נאמנות, א רב וואס קען אין פיר טאג, ארויס קומען מיט דריי אנדערע בריוו, (דאס איז נאך אן צורעכענען דעם פורים שפיל פון בעלסקי'ן), אזא רב פארלירט יעדעס ברעקל נאמנות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2006 17:25 לינק ישיר 

מען בעט פון די וואס סקענען אריין בריווען זיי זאלבען זיך רעכענען מיטן עולם אין קלענער מאכען די בריוו.

עס הארגעט אוועק א גאנצע עמוד.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/12/2006 02:11 לינק ישיר 

טראנטאטא == כבוד שמים טראנטאטא == כבוד שמים  טראנטאטא == כבוד שמים טראנטאטא == כבוד שמים טראנטאטא == כבוד שמים טראנטאטא == כבוד שמים טראנטאטא == כבוד שמים טראנטאטא == כבוד שמים טראנטאטא == כבוד שמים טראנטאטא == כבוד שמים טראנטאטא == כבוד שמים טראנטאטא == כבוד שמים טראנטאטא == כבוד שמים טראנטאטא == כבוד שמים טראנטאטא == כבוד שמים טראנטאטא == כבוד שמים

כא כא כא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2006 20:38 לינק ישיר 

בקיצור, קימסט זאגען אז די גאנצע קאמפיין דא איז געבויט,
אויף א שוין פין פריער אפגעזאגטע שקר אז באטור האט געשריבען רב בעלסקי'ס בריוו??!!!!!

אין דא איז א קאמפיין פאר כבוד שמים????

ווען גייען שוין די בעלי מחלוקות מודה זיין אז די ערשטע שטיקעל לעבער
איז נישט געקימען פין מיעל מארט, נאר זיי האבן עס אינטערגעשטעלט???

די קאמפיין איז שוין ווי דורוכגעפאלן, זיי קענענן שוין דערציילען דעם אמת!!!!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2006 20:32 לינק ישיר 

טראנטאטא דו לייקענסט אז דער בארטערע האט געשריבן די בריוו וואס רב בעלסקי האט דערויף אונטערגעשריבן (עכ"פ דו וואלסט געדארפט וויסן...)? און וואס פונקטליך מיינט "דברים אשר מדרכינו להסירו", חלב דאורייתא אדער מנהג? און אויב ביסטו מודה אז דער בארטערע רעדט יא וועגן חלב דאורייתא, פארוואס נוצט ער עפעס א לשון וואס פארדרייט א קאפ ביי מענטשן? און מאך ביטע קלאר די נושא איינמאל פאר אלעמאל איז דא א פלוגתא פון רב בעלסקי בנוסח המכתב מיט דער בארטערע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2006 19:50 לינק ישיר 

הוא הדבר אשר דיברתי!!!!!! 
עבד_עברי  האנדעלט מען נישט פאר כבוד שמיים, נאר פאר ביזנעס אינטערעסן

לייגט צי קאפ, מיט וועם מען האנדעלט דא,
1}דער באטעור האט קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז נישט געווען קיין חלב דאוריתה
2} רב בעלאסקי האט עס געזאגט, די אלע בריוון דא איז געריכטעט צי בעלאסקי, וואס ער האט געזאגט אז עס איז נישט קיין חלב
3}דער באטעור האט געזאגט אין געשריבען אז עס איז געווען א טעות, א מכשול אין עס גייט מער נישט פאסירען, ער האט געמאכט תיקונים
4}יעדער ווייסט אז אזא מכשול קען געשען סיי ווי, אין עס פאסירט ביי יעדעם
5}מען וואלט די חלב קיינמאל נישט געגסן, ווייל דער בוטשער שנייד עס נאך אוועק, יענע שטיקעל פארקויפט מען נישט, עס איז נישט מעגליך צי עסן

מיט דעם אלעם, האט נאך עבד עברי די חוצפה צי שרייבען מיט גרויס דעמאגיע
כאילו באטעור וויל עפעס ח"ו פארדעקן, כאילו ער וויל ח"ו פארקויפן חלב, כאילו ער פראבירט נישט צי זיין די בעסטע וואס עס איז שייך
וואס וויל עבד_עברי דא?? וועלכע פלאנעט לעבט ער?? ווייסט ער דען נישט פינקט ווי יעדער, אז דא איז געשען א טעות??
פארוואס שרייבט ער איינמאל אין נאכאמאל זיינע פיסטע שקרים??? איז דען איינער מחולק מיט אים ???

דארף מען דען א בעסערע באווייז אז מען האנדעלט דא מיט מענטשן מיט ביזנעס אינטערעסן????? 






תוקן על ידי trant_lott ב- 17/12/2006 19:53:14




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2006 22:41 לינק ישיר 

לטובת אונזערע ליינערס, האב איך איבערגעטייפט דעם בריעוו פון דעם ראש המנקרים אין ירושלים עיה"ק, צוליב זיין חשוב'ן אינהאלט, לתועלת ציבור היראים, איש וביתו המדקדקים למהדרין מן המהדרין

ב"ה, יום א' וישב תשס"ז לפ"ק, פעיה"ק ירושלים ת"ו

 

לכבוד הרה"ג .................                     איתן מושבו בברקלין ארה"ב

 

שלו' רב וכטו"ס, ע"ד שאלתו אודות מה שנתפרסם ע"י רב אחד שכתב שראה בבירור שהקרום הנ"ל אינו מחלב הכליות, ואין בו אף שמץ קטן מחלב כלל וכלל, ע"כ. ונפשו בשאלתו, לא על החלב עצמו הדבוק למעלה שפשוט דהוא חלב הכליות ממש, אלא על כל הקרום הדק הנמשך שרואים בבירור בתמונה, מה דינו, אם איסורו דאורייתא או דרבנן, או רק מנהג שנהגו להסירו?

תשובה: האמת שדבוק להכבד הן קרום של חלב הגדול שעל הכליות [שהוא קרום דק מאוד], והן חלב הכליות עצמו, ולא שמענו מעולם שמפרידים קרום של החלב מן החלב עצמו, הן במציאות מחמת דקשה מאד להפרידו, ומאן יאמר שלא יסחב עמו גם החלב עצמו מפני שנדבק עמו יחד, והן מדינא והן למעשה לא שמענו דבר כזה כלל, ובוודאי שהתורה אסרה חלב הכליות יחד עם הקרום, ואין ספק בזה, וכך קבלתי בסדר עבודתי מהמנקרים המומחים בירושלים עיה"ק הרב ר' שמואל הומינער ומהרב ר' צבי פריזנט ז"ל שניקרו לפני המהרי"ל דיסקין והגרש"ס זצוק"ל.

וביותר, איך יכולים בכלל להפריד פירוד גמור בין הקרום של חלב הכליות לחלבו, חס מלהזכיר לומר כן, וקבלתי שהכל יונק חד מן חברי'ה (החלב להקרום שלה) ואסור מדינא.

כל זה כתבתי מן הקבלה, אבל לדינא למעשה הראה לי ידידי הרה"ג ... שמצאנו ברש"י חולין דף ט' ע"א ד"ה "מעילאי נמי" בזה הלשון: "שאין חלב שאין לו קרום דק מלמעלה", על כן אותו הקרום הסביב להחלב הוא הקרום העליון האסור מדינא ממש. ובאמת כך מובא בגמרא דף צ"ג ע"א הא בעילאה, פירוש רש"י: "חלב ממש שעל הכליות יש עליו קרום דק והוא חלב גמור". והטעם למה הוא חלב גמור, כי הוא נתפס ממש על החלב וע"כ נחשב לחלב גמור. וכך גם ביאר הסמ"ג וז"ל: "עליון, מלמעלה לחלב קרום דק וחייבין עליו כרת שהוא מגוף חלב הכליות". וכך כתב נמי המאירי וז"ל: "קרום המכסה חלב שעליה". [והגם שיש פוסקים שהבינו אחרת כי שני הקרומים הם על הכליות ממש, ה"ה רבינו אפרים במכתבו לרבינו יואל הלוי והובא דבריו בראבי"ה אלף קכ"ח ותשובת ר"א,] אולם אמר לי ידידי הרה"ג הנ"ל, שמכל המורים שקיבל שמע כפירוש רש"י והמאירי והסמ"ג הנ"ל.

והנה גם אני קיבלתי כן מרבותינו המנקרים, שהקרום העליון שעל חלב הכליות אסור מדאורייתא. וכך למדנו רבותי בפשט השו"ע יור"ד סי' ס"ד סעיף י"ב "הכוליה יש עלי' שני קרומים, העליון חייבים עליו וכו". ואפילו לדעת רבינו אפרים ששני הקרומים הם על הכליות ממש, הרי על הקרום הגדול מונח כל החלב, וכל זה שוכב על הכבד ונדבק בכבד. ואפילו אם נאמר שהקרום עצמו אינו אסור מן התורה לרבינו אפרים, הרי יש לנו הכלל שקרום דק אינו נחשב כבשר החופה לכו"ע, ואם רואים לבנונית על הכבד בוודאי הוא מן חלב הכליות האסורה אפילו לדעת רבינו אפרים. אולם, להקבלה דידן שהקרום עצמו חייבים עליו, לא צריכים לזה, כי הקרום עצמו אסור מדאורייתא כנ"ל.

וחובה לדעת, כי כל אלו המחפשים קולות בעניני ניקור, צריכים בדיקה אחריהם!!!

ואני תמה ואיני יכול להבין, הרי אני משמש בניקור זה ארבעים וחמש שנה, שאז הבשר היה יקר בירושלים יותר מזהב, ולא חסנו על שום ספק וספק ספיקא, ועל כל נידנוד קל עשינו הרחקות גדולות לבל יכשלו באיסור חלב חמור ח"ו, ק"ו דהיום צריכים להיזהר יותר ויותר, וגם כי הקבלה מתמעטת והולכת. ע"כ עלינו להתחזק ולעמוד על משמרת כשרות הניקור, כי איסורו חמור מאוד, ובזכות ההצלה מאיסור כריתות ננצל מכל פגעים ושעות רעות ויחון אותנו לפליטת עולמים אמן

הכותב למען האמת וכשרות הניקור

יהודא איזנשטין

ראש המנקרים בירושלים עיה"ק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2006 22:39 לינק ישיר 

לפי דעתי האנדעלט זיך שוין דא אין א צווייטע נקודה אינגאנצן. צי האט דער באטערער רב פארלוירען זיין חזקת כשרות בכלל אין השגחות. א רב וואס קען שרייבן אין א מכתב לרבים,  אז ס'איז קיינמאל קיין חלב נישט געווען, און ווי ס'ווערט יעצט נתברר איז דאס אדער א שקר גס אדער א גרויסע עם-הארצות,לכאורה ווערט זיין גאנצע נאמנות נתערר... ער זאגט טאקע אין זיין בריעוו אז ער גייט מאכן "תיקונים", אבער דאס איז אין דעם זעלבן בריעוו ווי ער שרייבט אז ס'איז קיינמאל קיין חלב נישט געווען...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2006 20:26 לינק ישיר 

איך בין גארנישט משיג און קיינער איז גארנישט משיג.   געוואלד און געשריגן!! . מען טעענעט דא ארום "יא חלב דאורייתא" אדער נישט " חלב דאורייתא" שטעלט אייך פאר איינער זאל פארקויפן אין רעסטוראנט אדער ביי א חתונה . געבען צו עסן . טשיקען מיט מילך און קעז. די וועלט וואלט זיך איבערגעדרייט(טאמער ער וואלט נישט באלאנגט צו א פארטיי כמובן) . וואס דאס איז זיכער לכולי עלמא נישט מער וויא א (סתם) איסור דרבנן . און אפילו עכטע בשר בחלב דאורייתא איז אין די תורה נאר א לאו שיש בה מלקות.  
אבער איסור חלב וואס איז א לאו שיש בה כרת רח"ל . פון די הארבע איסורים אין די תורה. לאז זיין אפילו לדבריהם אז עס איז נישט געווען חלב דאורייתא חס ושלום נאר חלב דרבנן. געוואלד . אידען וויא זענטס עטץ . וואס איז מיט ענק. וועגען א ביסל ביזנעס פון א פאר עשירים און א פאר בעלי מכשירים פייפט מען אהן אלע יודען יראים ושלימים און מען רעכנט זיך גארנישט. נישט מיט די תורה הקדושה און נישט מיט איסורי דרבנן . וואס ביי די איסורי דרבנן איז פורץ גדר ישכנו נחש.   טאקע אזא איד וויא דער באטורער רב שליט"א וואס איז מדקדק אויף שפיצלעך וכדומה . זאכען וואס איז לכולי עלמא נאר א מנהג ביי געוויסע קרייזען. און קעגען עירוב איז ער ברוגז געווען . וואס לרוב הפוסקים ולשיטת רביה"ק זי"ע ולהפאקט איז דא נישט קיין רה"ר דאורייתא. און מען איז מערב מיט צורת הפתח. . און אפילו לויט די מיעוט פוסקים וואס א פאר גאסן קענען אריינפאלען אין גדר פון רה"ר דאורייתא. קען מען דאך מערב זיין בצורת הפתח לויט די דעה פון רוב אמאליגע אונזערע גדולים. וואס מפיהם אנו חיים.  . און ביי חלב וואס ב"ה דא אין אמעריקא איז א רחבות עס שפילט נישט קיין ראלע א שטיקל פלייש . ביי יעדע חתונה ווארפט מען אוועק צענדליגע שטיקלעך. . פארוואס טאקע אין סאטמאר אין בארא פארק קען מען מהדר זיין און אוועקשניידן . און פארוואס אונדז אין וויליאמסבורג דארף מיר זיך פארלאזן אויף קולות.     .בארא פארק איז דאך אייביג געווען לגבי וויליאמסבורג . א שיעור חימוץ (בשם רביה"ק זי"ע)  עד מתי !!! וואס זענען מיר ח"ו האלבע אידען. בדיעבד אידען. לאמיר זיין מוסף והולך בקדושה און מאכן אלע אונזערע מאכלים עכ"פ זאלן זיין אויף די העכסטע מדריגה שאין עליה פקפוק. .   איך רעד טאקע צו די אידען (טראנט) (קליינקאפף) וואס זענען מהדר צו עסן מיעל מארט . ווייל זיי ווילן נישט עסן פון (וואס מען האט זיי איינגערעדט) ליובאוויטשע שוחטים . . נו פארוואס ווילן זיי זיך אליין נארען מיט פוסטע קולות . וכדומה. לאמיר תיכף אדוועטייזן . " כדי צופרידענשטעלען אונזערע קאסטומערס. האבען מיר צוגעשטעלט א עכט מהודריגע שחיטה מיט א מהודרדיגע ניקור "
אונטער די חשובע השגחה פונעם "באטורער רב שליט"א"   ויאכלו ענוים וישבעו.

מען וועט שוין מוחל זיין על מה דהוה הוה. און מען וועט מוחל זיין אויפן פארלאנג אז צוויי אומפארטייאישע רבנים זאלען דארפן גיין איבערקוקען. ולא יהיה עוד רעש בגבולינו. ונזכה לביאת דוד לגאלינו אמן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2006 19:54 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2006 19:33 לינק ישיר 

מאאאלתתתת

די פארשטייסט אליין אז עס איז נישט דא קיין עירוב.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2006 08:10 לינק ישיר 

מען דארף מוחה זיין אויפן עירוב וואס האט נישט קיין הסבר פארוואס עס איז נישט גוט.

מען טאר נישט אראפ נעמען חלב וואס דאס האט נישט קיין הסבר פארוואס עס איז יא גוט. 

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2006 21:37 לינק ישיר 

עס איז אדוועטייזט היינט אין די צייטונגען אז " א בוטשער אין בארא פארק  בהכשר פון "התאחדות הרבנים" מאכט די שחיטה חלק ב"י. און ניקור לכל הדיעות . איך מיין ער הייסט "וועבער"

נו!  אויב די התאחדות קען. פארוואס זאל דער "נירבאטור" נישט קענען.
 אז טאמער מען וויל נישט זיין קלוגער פונעם רבין זי"ע נו פארוואס מעג די התאחדות זיין קלוגער פונעם רבין זי"ע.

אויסער אז דאס איז נישט אמת . די "התאחדות" מאכט נאר א "כסות עינים" וואס קען מען היינט וויסן.

ווילאנג צוויי אומפארטייאישע רבנים וועלן נישט נאכקוקען. וועט גארנישט זיין עד כאן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 18 19 20 לדף הבא סך הכל 20 דפים.

bholext