בית פורומים כל העולם כולו

פרישע סקאנדאל: מיל מארט פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/11/2006 18:35 לינק ישיר 
פרישע סקאנדאל: מיל מארט פלייש

עס טומלט שוין ווידער.

עפעס האבן "מומחים" אויפגעוויזן ביי אן אסיפה פון רבנים אז זיי האבן געפונען חלב דאורייתא ביי "מיל מארט'ס" געטרייבערטער רינדערן פלייש, און די מנקרים ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם, דעריבער זאל מען נישט עסן קיין מיל מארט רינדערן פלייש, אויך שרייבן זיי אז וועגן כשר'ן די כלים זאל יעדער פרעגן זיין מורה הוראה.

תוקןעלידיallllwaysב-20/11/200618:38:29

 

 



תוקן על ידי allllways ב- 20/11/2006 18:40:09




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2006 01:10 לינק ישיר 

אבער והעיקר שכחת,

אז מח-קטן האט נישט קיין שום אגענדע פאר די אויגען נאר די ריינע אמת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 23:47 לינק ישיר 

לא יאומן כי יסופר!!!!!!!!!

יזדזעה העולם!!!!!!!!!!

חלב חלב חלב!!!!!!

טאמער איז נאך דא מענטשן אויפן כדור העולם מיט אביסל ווארימקייט איו געפיל צו יודישקייט

און א רעספעקט פאר תלמידי חכמים. 

זאל זיך יעצט לייגן שלאפן . און נישט סתם א דרימעל

נאר א "חוני המעגל" דרימעל

ווייל קינדערלעך זיסע שארטס ענק ארויף די ארבעל

שארפטס ענק אויס די ציין און נעגל
---------------------

פארוואס זאג איך "ענק"  ווייל איך מיין יאך האב נישט קיין געדולד דערצו
--------------------------------------

דאס אז על הגאולה האט אן אגענדע.....מהיכי תיתי

דאס אז ס'איז אלטס דא אינגעלייטלעך וואס דרייען אן אומוויסענד און מיט גוטע כוונות . כבר הי' ויהי'

און דאס אז עס זענען דא ארגעניזאציעס וואס ברויכן מערכות פון מאל צו מאל ווי לופט צום אטעמען
און ליידער אונטער א רבנישער שלייער זענען מיר ליידער אויך ציגעוואוינט.

אבער

אמאל ווען וועלט איז געווען וועלט.  און די שגץ שטיק איז געטון געווארן מיט בושה. מיט איידעלקייט.

דעם חלב האט מען נישט געזען און אראפגעפלאשט{קאשוי}

היינט ציטאג אבער

איז דא פיקטשערס פונעם שטיקל לעבער. די וועלט האט דאס געזען

יעדער רב און מנקר און בוטשער וואס קען פלייש לאכט

און גארנישט אנא בושה שטעלט מען זיך אויף און משיקט בריוון נוסח בעקיפין{נוסח:קאשוי..סקול דיסטריקט}
כאילו מ'ווייסט וואס טוט זיך מיט זיך.
ווייל מלערענט בחברותא מיט א בעל מכשיר פון רובאשקין מיינט נישט אז מ'ווייסט וואס מען רעדט
ווייל יענער אליין איז אויך היבש הינקעדיג....זיינע טונא און טשאקאלאד האלט מען זיך צוריק פון ארייננעמען אין א היימישע שטוב

אוי! אידן שרייען "מן המיצר"

אוי . ב"ה אז מקען נישט זאגן אוי לאביו שלמדו תורה...

אידען די התאחדות  איז...................

איך וויל נישט רעדן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2006 22:43 לינק ישיר 

געגאנגען אז די ווילסט גיין מיטען קאפ אין וואנט קען איך דיך נישט מונע זיין




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 22:41 לינק ישיר 

קעגן באטור איז דער בריוו זיכער נישט, די שאלה איז  אויב דער בריוו פון התאחדות איז בכלל אמת.

ביי אזא האקעלע פרשה גלייב איך נישט אז זיי זאלן ארויסגעבן א בריוו אן אמת'ע אונטערשריפטן.

אבער ווער ווייסט, אפשר אין התאחדות גייען זאכן אנדערש...?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 22:38 לינק ישיר 

געגאנגען הער אויף מיט דיינע קאנספיריע טעאריעס די אלע בריעווען זענען אמת ויציב

ס'איז קלאר אנטקעגען באטור און בעלסקי, וואס שרייבען במפורש אין זייערע בריעוו אז ס' בכלל נישט שייך קיין חלב דארט נאר אביסעל שומן וכו'




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 22:36 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 22:35 לינק ישיר 

די בריוו קומט לכאורה פון באטורער רב'ס זייט.

זיי ווילן ארויסגעבן א פאלשע בריוו בשם התאחדות קעגן באטורער (כאטשיק אפילו דער בריוו איז אויך נישט קעגן באטורער, די מחלוקת איז נישט אויב מ'דארף עס אראפנעמען, נאר אויב מ'האט. אבער שוין), און אזוי צווינגען התאחדות ארויסצוקומען מיט א הכחשה דערקעגן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 22:35 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 22:31 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 22:30 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2006 22:26 לינק ישיר 

ברעיקינג ניוז:

התאחדות הרבנים, הרב ברוידא קומען ארויס מיט בריעוו אנטקעגען באטור רב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 19:57 לינק ישיר 

דער נירבאטור שר/ייבט אז ס'איז געווען א ISSUE מיט איין לעבער'ל, אבער נישט קיין חלב אינצידענט, נאר עפעס וואס מ'פלעגט ביז היינט יא אראפנעמען, און דאס האט זיך דורכגעגליטשט.

די ווערטער שטימען מיט הרב בעלסק'יס. אז ס'איז נישט קיין חלב, ס'איז עפעס וואס דארף נישט דארט זיין לכתחילה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 17:54 לינק ישיר 

געדאנקען, סתם א שאלה,

אין דיין קיטשען סיטואציע, ווען עס מישט זיך אויס א טאפ פלייש מיט מילכיגס מאכסטו א שוייג אין די זאגסט אז עס איז נישט געווען קיין מילכיגס אדער ביסט מעביר די גאנצע מעשה און טוסט וואס מען ברויך להלכה, פרעגסט א שאלה גייסט כשר'ן די טאפ וכו'

בעלסקי מיט באטור האבין געשריבען אין זייערע בריעוו אז ס'בכלל נישט געווען קיין חלב, און פלוצלינג דא איז עס געווארען א קיטשען סיטואציע




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 14:52 לינק ישיר 

א דאנק מר' על_הגאולה, פארן אראפשרייבן די זיסע ווערטער פון הרב בעלסקי,
איך ליין שוין פינף בלעטער דא, און איך ווייס נישט ווער ס'איז גערעכט,
אבער נאך ליינען די קלארע רייד פון הרב בעלסקי, בין איך קלאר געווארן אז מען האט דא צו טוען מיט א פאר ליידיגייער'ס וואס זוכן פשוט צו שטיפן די צייט,
אזוי ווי הרב בעלסקי זאגט "מ'האט גענומען א קיטשען סיטואציע (kitchen situation), און מ'האט עס איבערגעדרייט צו א נאצינאלע סקאנדאל... "

נאכמאל על_הגאולה א דאנק פאר קלארשטעלן דעם מצב.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2006 12:57 לינק ישיר 

די פארגאנגענע וואך דאנערשטאג פרשת תולדות, November 23 2006, שוין נאכדעם וואס רב בעלסקי האט גע'חתמ'ט אויף זיין בריעוו אז מ'האט נישט געטראפן "אף שמץ קטן מחלב כלל וכלל", האט רב בעלסקי געהאלטן א שיעור אויף חושן משפט, און דארט פארציילט פאר שומעי לקחו - אויף ענגליש - די גאנצע מעשה וואס ס'האט פאסירט.

 

זיין שיעור איז רעקאדירט געווארן, און מ'קען עס באקומען אויף די פאלגענדע טעלעפאן נומער: 
 
--------

 

לאמיר צוזאמען אויסהערן ווי אזוי ער פארציילט די מעשה. (לטובת החברים בהייד-פארק האב איך איבערגעטייטש זיינע ווערטער אויף אידיש, מלה במלה.)

 

וזה לשונו (המתורגם):

 

"מיל-מארט, וואס מאנכע מאל איז עס באקאנט אלץ סאטמאר פלייש, נירבאטער פלייש...

 

די אינצידענט וואס האט פאסירט, אז איינער האט געקויפט לעיבער, געטרייבערטע לעיבער - דאס מיינט אויסגערייניגט פון אלע פעט'ס (fats) און שאלה'דיגע חלקים.

 

ס'איז פארהאן איין קליינע spot  נעבן די שפיץ פון די לעיבער, וואס כמעט אלעמאל ווערט אפגעשניטן ווען די לעיבער ווערט ארויסגענומען פון די בהמה... דארט, ביי די שפיץ פון די לעיבער, איז עס באהאפטן צו די point פון די רעכטע כליה (kidney).

 

אין דעם מקום איז פארהאן א געוויסע מאס "חלב הכליות". דאס איז איינע פון חלבים וואס איז אסור מדאורייתא...

 

געווענטליך ווען מ'נעמט ארויס די לעיבר פון די בהמה, קומט דער שטיקל חלב נישט מיט. פארוואס? ווייל דער ארבעטארער וואס נעמט ארויס דעם לעיבער, האט א מעסער אין זיין האנט! און צושייד דעם לעיבער פון די בהמה, און ער שניידט עס ארויס ביי דעם צוזאם-טרעף פונקט, ווי עס איז באהאפטן. און כמעט אלעמאל ווערט דאס אפגעשניטן א האלבע אינטש אריין אין די לעיבער (וואס איז מיט חלב הכליות).

 

אמאל אמאל פאסירט, אז דער מעסער גיט זיך א פארדריי, צוליב א פראקטישע רעפלעקסישע אקציע, און שניידט דורך א קליין ביסל פון די מאטריאל פון אינטער די לעיבער. דעמאלסט קען פארבלייבן א spot  פון "עפעס" (קרי: חלב הכליות!!!) צוגעקלעבט צום לעיבער, אזוי גרויס ווי א האלבע נאגל פון די פינגער, אדער ווייניגער.

 

דאס אלעס נאר צוליב דעם "מעסער" וואס פרובירט עס אפצוטיילן.

 

דער ארבעטארער האט דורכגעלאזט איין לעיבער, ווי ס'איז פארבליבן א קליינע Spot  (קרי: חלב הכליות!!!)...

 

דער לעיבער איז דורכגעגאנגען דעם ערשטן שטאפל פון פאקונג (packaging) און דער קליינער Spot  איז איבערגעבליבן דארט...

 

אזעלכע קליינע זאכן פאסירן כסדר, מ'פאררעכט זיי, און מ'גייט אן ווייטער מיט'ן לעבען.

 

מ'גט זיך נישט צוליב אזעלכע קלייניקייטן...

 

עמיצער איז אריינגעקומען צו מיר און געוויזען דעם לעיבער, האב איך איהם געזאגט: ריכטיג (קרי: ס'איז טאקע חלב הכליות), איך וועל זיך תיכף פארבונדען מיט'ן רב המכשיר, און ביז פינף מינוט וועט אלעס ווערן ארלעדיגט... מ'וועט נאכאמאל מזהיר זיין די משגיחים און ביז מארגן וועט אלעס ווערן ארלעדיגט...

 

אזוי נעמט מען קעיר (care) כסדר, אלעמאל, פון אזעלכע פראבלעמען.

 

מ'האט נאכגעזאגט אין מיין נאמען, אז רב בעלסקי זאגט, ס'איז חלב דאורייתא און ס'איז טעריבעל (terrible). דער פראבלעם איז אבער, אז מ'האט גענומען א קיטשען סיטואציע (kitchen situation), און מ'האט עס איבערגעדרייט צו א נאצינאלע סקאנדאל...

 

דאס איז דער גאנצער פראבלעם....

 

עד כאן העתקה מדברי רב בעלסקי.

 

איך האב נאר איין פראגע: ווי אזוי שטימט דאס מיט זיין בריעוו (ווי אויך דעם באטערער'ס בריעוו), ווי זיי שרייבן קליפ און קלאהר "אין בו אף שמץ קטן מחלב כלל וכלל"?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרישע סקאנדאל: מיל מארט פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext