אין דער איד די וואך האט ער א לאנגע ארטיקעל אונטערן נאמען "חסידישע אוואנטוריסטן" פון 2 זייטן ווי ער רייסט אראפ די לייטנער'נסטן און די קאשוי, וואס זענען געגאנגען אפען באפעל און קול קורא וחוב קדוש פון הרב לייטנער און קאשוי רב, צו א ראלי אין מאנהעטן צו ספארטען די איראן'נער פרעזידענט ווען ער איז געווען אין ניו יארק.
דער איד רייסט שטיקער פון זיי און ריפט זיי אן מיט די געמיינסטע לשונות של גנאיץ
עקסטער געט ער אריין פאר הרב לייטנער אינעם קאשויער פרענזנליך, ער ריפט הרב לייטנער און קאשוי צווישען די אטאקעס: "די צוויי דריי שטיבל רבנים", און נאך לשונות של גנאי.
תוקן על ידי - פשטידא - 20/11/2006 21:59:53
נשלח ב-23/11/2006 23:15
דער שרייבער איז נישט קיין יונגערמאן, א באזעצענער איד אן עלטערע מדור הקודם
א מתון א מיושב
ר' הערץ פרענקל שליט"א
נשלח ב-23/11/2006 23:14
דער שרייבער פון דעם ארטיקל איז נישט קיין גרויסער יראת שמים. נאר א פשוטער שרייבער. חלילה צו טראכטן אז ר' מנשה האט דאס געשריבן. למעשה איז דאס אויך נישט ר' חיים משה. לפי השמיעה קומט דאס פון אנדערע שרייבערס וועלכע זענען באליידיגט אז די פרומע אינגעלייט וואס רעדן צו די אראבישע צייטונגען פארופן זיך מיטן נאמען סאטמאר. אין אזא ביטערן דור איז זייער שווער צו זאגן ווער ס'איז באמת דער "ריכטיגער חסיד סאטמאר" און די שרייבער מיינען נעבעך אז דער נאמען סאטמאר באלאנגט פאר די אידישע אזוי גערופענע צייטונג שרייבער. טראץ דעם וואס רוב רובם זענען אנגעליינט מיט פרייע צייטונגען און פאר'גוישטע געמיינע מאגאזינען פון די טמא'נע גאס. ליידער זענען די היינטיגע צייטן רוב חסידישע צייטונג שרייבער אנגעזאפט מיט דיעות נפסדות. אויך אין די היימישע צייטונגען פאלט אריין נייעס אדער ארטיקלען וואס דער שרייבער האט דאס מקבל געוועהן פון אבי אבות הטואה בכלי ראשון. דערנאך ברענגט דאס אריין דיעות נפסדות אין יונגע תמימות'דיגע מוחות און אזוי גייען נעבעך קאליע אסאך פיינע ערליכע בחורים. באמת וואלט א ערליכער איד וואס האט קינדער אינדערהיים און וויל זיי מחנך זיין בדרך ישראל סבא, נישט געדארפט אריין לאזן קיין "שום צייטונג" אין שטיב. ערוואקסענע מענטשן קענען נאך טראכטן אז זיי דארפן דאס פאר פרנסה און ווייסן וויאזוי זיך היטן פון די נארישקייטן.
נשלח ב-23/11/2006 02:57
ליפא קרויס האט גפערליך פארפירט אז דער איד די וואך זאל שרייבן אן תורה'דיגע אנטשולדיגען, אבער פראדל און ר' זלמן זאגן אז ניין אז מען לייגט גארנישט אריין נאר זיי האבן ליטנער און דעם קאשוי'ער אין דער ערד
נשלח ב-21/11/2006 17:17
אבי נישט צווישן אידען
יעצט מיין איך אז רז"ל איז באמת סאטמארער רבי
מהר"א לייטנער האט אים שוין נישט ליב
איך זע א פיוטשער ווי איך ווייק מיך ביי א שובבים תורה ביי רז"ל
ס'דארף נאר געשען 2 זאכן
1- ויקץ ויחלום שנית
2- איך זאל "מיך" קאנווינסן אז ווייקן ביי א שובבים תורה מיינט מען אין דזשאקוזי..........