בית פורומים כל העולם כולו

דעמאקראטן ארבעטן אראפצוקלאפן מעדיצין פרייזן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/11/2006 22:31 לינק ישיר 
דעמאקראטן ארבעטן אראפצוקלאפן מעדיצין פרייזן

די דעמאקראטן גייען זיך בקרוב נעמען צו זייער ארבעט צו העלפן די געווענליכע באקריוודעטע בירגער, וועלכע זענען איגנארירט געווארן דורך די רעפובליקאנער ביז יעצט.

ווי ס'ווערט באריכטעט וועלן זיי צווישן אנדערן ארבעטן אראפצוקלאפן די הויכע מעדיצין פרייזן

http://news.yahoo.com/s/ap/20061123/ap_on_go_co/imported_drugs



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2006 22:59 לינק ישיר 

און ארויף שטויסען שטייערן...
און צו איינפירן נאכאמאל דעם מיליטערישן דרעפט היל"ת

http://www.cnn.com/2003/ALLPOLITICS/01/07/rangel.draft/







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2006 23:43 לינק ישיר 

מאדיאר, די רעפובליקאנער ווילן ח"ו טאן מעשים מגונים מיט קליינע קינדער.

והא ראי' מארק פאולי

די דעמאקראטן האבן קלאר געזאגט אז זיי גייען נישט איינפירן דרעפט
http://www.cnn.com/2006/POLITICS/11/20/rangel.draft/index.html?section=cnn_latest



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 00:50 לינק ישיר 

ווארהייט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2006 01:04 לינק ישיר 

ווארהייט די דעמאקראטן ווילן טאהן מעשים מגונים מיט גרויסע קינדער אויך

והא ראי' בילל קלינטאן...

זיסקייט נאדיר צוויי סמייליס..
איינס פאר דעמאקראטן
און איינס פאר ליבעראלן
הצד השוה ביידע זענען קעגן די תורה און רעליגיעזע אישוס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2006 01:21 לינק ישיר 

פארדריי נישט דעם שמועס.

ביסט געקומען מיט עפעס א זאך וואס דער צודרייטער טשארלי רענגעל האט פארגעשלאגן, און דו דערשרעקסט דעם עולם אז מען גייט איינפירן דעם דרעפט, האב איך דיר געזאגט אז דו זאלסט נישט האקן אין טשייניק, ווייל די דעמאקראטן האבן זיך אפגעטרייסלט פון רענגעל'ס סטעיטמענט, און זיי גייען נישט לאזן איינפירן דעם דרעפט.

און כ'האב דיר אויפמערקזאם געמאכט אז אויב איז א פארטיי רעספאנסיבל פאר יעדע משוגעת פון יעדן פארטיי מיטגליד דעמאלטס ווילן די רעפובליקאנער טאן מעשים מגונים מיט קליינע קינדער, וואס איז אומלעגאל לויט'ן גויאישן געזעץ, און - ווי דו האסט טאקע אזוי גוט באמערקט - די דעמאקראטן ווילן טאן מעשים מגונים מיט גרויסע קינדער, וואס איז לעגאל לויט'ן גויאישן געזעץ.

דער צד השווה איז צוויי זאכן.
איינס, אז א פארטיי פארטרעט נישט יעדן משוגענעם וואס איז א מעמבער אין די פארטיי, צי ער הייסט רענגעל אדער קלינטאן, און צי ער הייסט ביוקענען אדער פאולי.
און צוויי, אז יעדער גוי איז די זעלבע פארדארבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 02:30 לינק ישיר 

אקעי, כ'הער וואס די זאגסט.
אבער פליז זיי נישט זיסקייט'ס לויער..

זיסקייט רעדט זיך נעבעך איין אז ס'קומט בעסערע צייטן אדאנק די דעמאקראטן וואס נעמען זיך אהן אויף די "באקריוודטע" בירגער.....

זאג נאר זיסקייט טייערער,
וואס גייען די הייליגע דעמאקראטן טוהן לגבי איראן און ראדיקאל איסלאם?
גייען זיי צוגרייטן אמעריקע פארן נעקסטן סעפטעמבער 11 ?

צו ווייסטו אז דאס אט'דע די צרות זענען א שורש פאר אלע פינענציאלע פראבלעמען וועלטליך?

ווען נישט די פארשאלטענע איסלאמער וואס די ליבעראלן לעקן וואלט געווען א אנדערע וועלט היינט!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2006 05:09 לינק ישיר 

ווער לעקט די אראבער? הא?

ווער לעקט די פארשאלטענע סאודי אראביע? ווער האט אינוועסטירט מיליאנען דאלארן אין דעם לאנד?

וועלכע מענטשן זענען געווען די איינציגסטע וואס זענען ערלויבט געווארן ארויסצופליען פון אמעריקע נאך סעפטעמבער 11, קעגן דעם ווילן פון די FBI?

וועלכע פארטיי האט זיך גע'עקשנ'ט, נישט אויסצופירן די פארלאנגען פון די סעפטעמבער 11 קאמישאן, צו באשיצן אמעריקע פון די פארשאלטענע אראבערס?

וועלכע פארטיי פייט אזוי שטארק פאר די אינטערעסן פון די אויל קאמפאניס וואס פילן אן די טאשן פון די שעיכס, אימאמס און מוכאמעדס?

און אז איך רעד שוין יא פון דעם, וועלכער פרעזידענט האט געברענגט אן ענדע צו די עלעקטעריק קאר, וואס איז געפארן ריין אן גאזאלין, נאר אויף בעטערי? און פאר וועמענ'ס אינטערעסן האט יענער פרעזידענט געארבעט?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2006 07:15 לינק ישיר 

די רעדסט פון די בוש'קיס ?
איך רעד פון רעפובליקענס און קאנסערוואטיווס אין אלגעמיין.

בקיצור, האלסטו טאקע ס'קומט איצט גוטע צייטן ?

איך זעה טאקע א ליין אין דראגסטאר.. מן הסתם טיילט מען שוין דראגס פאר אומזיסט....
און מען גייט אויך באקומען וואוטשערס פאר שכר לימוד....

נישט אזוי?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2006 18:44 לינק ישיר 

איטס טיים פאר עי טשענדזש אין וואשינגטאן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 18:46 לינק ישיר 

כאטש די נעקסטע צוויי יאר וועט מען גארנישט אויפטאן ווייל קענסט זיין זיכער דער פרעזידענט וועט וועטאירן יעדע זאך


תוקן על ידי - פאטאקי08 - 24/11/2006 18:46:49



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 19:02 לינק ישיר 

אינטערסאנט טאקע פארוואס די אויל קאמפאניס געבן אזויפיל געלט פאר רעפובליקאנער פאליטישאנס, זייערע "שונאים"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2006 20:51 לינק ישיר 

זיסקייט, איך עגרי מיט דיר לגבי די אויל בוש טשעני קאנעקשאן.
אבער נאך אלץ איז יצא הפסדו בשכרו.
ווייל סוכ"ס דארף מען אויל אין אמעריקע מער ווי איבעראל, מוז מען צוקומען צו די ישמעאלים.
און ווי נישט ווי וויל בוש גראבן אויל אין אלאסקא אבער די דעמאקראטן לאזן נישט ווייל זיי שוינען נעבעך די בערן...
און קיפ אין מיינד אז די דעמאקראטן האבן אויך פלענטי סעלף אינטערעסט און קאראפשען די והותר!
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דעמאקראטן ארבעטן אראפצוקלאפן מעדיצין פרייזן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext