JUST IN
פרישע חלב געפונען אויף מיעל מארט פלייש (נישט אויף לעבער)
די פלייש סטאר וואס איז די מדובר איז ווייס אויף 13 ביי 56
די סטאר איז בהשגחת הרה"ג ר' שמואל שלמה שפיטץ שליט"א וואס האט אראפגערופען איינער פון די מנקרים ביי די בני יואל
מען האט געטראפען אסאך פראבלעמען פון חלב
דער באטור רב האט אליינס נישט געוואלט אראפקומען זאגענדיג אז ער האט שוין נישט קיין כח צו די גאנצע זאך, למעשה האט אראפגעשיקט הרב מאיר ראטענבערג וואס איז געקומען מיט הרב חיים דוד כ"ץ
המשך יבוא
נשלח ב-26/11/2006 22:43
נאך אין תיבה אישית פון טרענט_לאט:
האטווייער שרייבט
פערזענליכע אטאקעס און טעראריסטישע שטיקלעך וועט נישט טוישען די פאקטען אז עס איז דא פראבלעמען, דער ציבור האט א רעכט צו פארלאנגען הידורים בכשרות, בפרט אז ווען ס'קומט אריין אנדערע קאמפאניס טוט מען זיי באשמוצען און בארעדען, ווייל מען האט מורא אז מיעל מארט ווערט פארלירען די מאנאפאל. קיינער קוקט נישט נאך אדער באשמוצט פערזענליך דאס לעבער שטייגער פון באטור רב הרב בעלסקי הרב מאיר ר"ב, מ'רעדט סטריקטלו פון הידורים אין כשרות לכתחלה און בדיעבד ביי פלייש פארוואס און יעדע הינזיכט טוען מיר חוקר ודורש זיין, צו איז דאס א אתרוג וואס איז כשר למהדרין אבער מ'לויפט פין רב צו רב ווייל ס'דאכט זיך ס'דא א פינטעל אדער בלאט פלעק, צו ווייץ אויף פסח ווען ס'איז געשניטען געווארען, מצות געבאקען דורך אנשים אדער נשים, רוסישע בעקערס אדער בית רחל מיידלעך וכו', מען איז מקפיד אויף ר"ת מוצאי שבת און תעניתים און בהלכות טהרה מעריב און קרי"ש, גאונים ערב שבת להדלקת נרות, און די ליסטע גייט אהן ווייטער און ווייטער ווער רעדט נאך פון אזעלכע וואס זענען מקפיד אז די תפילין ומזוזות וספרי תורה זאל נאר זיין פון אזא סופר וואס גייט ח"ו נישט צו בחירות אדער כותל [רח"ל] אדער ביי פלייש איז מען גרייט מוותר צו זיין אנ-נעמען א יעדער קולא וואס איז נאר שייך, אזא שיטה אזא שיטה אונץ פארלאנג מער איין שיטה - ווי מער הידור בכשרות, מנקרים מיט קבלה אויף ניקור, משגיחים וואס האבין קבלה אויף ניקור א.א.וו .
די שייגאץ ווער נעמט אן קילות??? פארוואס דארפסטי קימען בסתר, אויף די אינטערנעט, שרייבען דיינע שקרים??? זאג עס מיט א נאמען, טרעף איין רב/ודיין זאל האלטן ווי די?!! ווער האט דיר געגעבן די רעכט צי זאגן אויף אויף א רב בישראל אז ער איז מאכיל חלב א איסור כרת רח"ל??? די קענסט דען א דריטעל לערנען ווי ער קען??? ווער איז דער ציבור וואס פארלאנגט???? אפאר שקצים וואס זיצען אויף אינטערנעט אין ווילען אינטערברענגן יענעמס פרנסה צוליב ביזנעס אינטערעסן???? איז די וועלט הפקר??? מעג מען זיין א מוציא שם רע אויף קהלות קדושות בישראל, אויף רבנים בישראל, צוליב אפאר דאלער?????
ווער ביסטי די שטינקער?? די קענסט לערנען,??? די ווייסט עפעס???
גיי טי תשובה
געדנקט המחלל שם שמים בסתר נפרעים ממנו בגלוי די ביסט מחלל דא דעם באשעפערס נאמען מיט שקרים וכזבים
קיין איין רב האלט אז עפעס שלעכט גייט פאר מיט מיעל מארט אז די האלסט אז יא, קים זאג וואס, נישט שרייב שקרים, אין ווייז עס נישט אויף
נשלח ב-26/11/2006 22:43
אנטשולדיגט
איך וויל נישט עובר זיין אויף גילו!
אבער עס איז דא צו סאך אשכולות אויף דעם איינעם ענין און כ'ווייס נישט פארוואס האסט פלוצים אפגעמאכט צו שרייבען מיט דיין אלטע ניק און די זאגסט נאך ווארט ביי ווארט פון די פריערדיגע אשכולות מיט די נייע ניקס
נשלח ב-26/11/2006 22:38
באקומען אין תיבה אישית פון טרענטלאט:
איך טאלענעדש האטווייער/מלחמת ה/על הגאולה
איך מאך דא א עפענטליכע טאלענדש פאר די מענטש וואס האט אין באזיס די דריי ניקים {אדער עטליכע מענטשן}
ענק האבן באשמיצט ברבים, {מיט א ניק, נישט מיט די אייגענע נאמען} א רב בישראל אז ער איז כמעט במזיד מאכיל חלב רח"ל א איסור כרת ענק האבן געשריבען ברבים אז אידן זענענן רח"ל עובר טאג טעגליך אויף איסור כרת רח"ל
דער נירבאטעור זאגט אז עס איז שקר רב בעלעסקי זאגט אז עס איז שקר
קימטס ארויס אין די עפענטליכקייט מיט ענקער אמת'ע נאמען זאל זיך אנהייבען א משא ומתן ווער עס איז גערעכט פאר וואס באהאלטן ענק זיך???? ווי איז רעכט, אז דער נירבאטעור מעג מבוזה ווערן בפני עם ועדה, אז ער איז מאכיל חלב רח"ל אין ענק האבן די רעכט צי בלייבען באהאלטן?????!!!!!!! די זעלבע מיט די OU זיי ווערן אויך מבוזה ברבים!!!! ווי איז רעכט??????? זיי זאגן אז עס איז שקר!!!! זאל ארויסקימען האטווייער על הגאולה אינאיינעם מיט דעם מאנסי מנקר מיט א עפענטליכע נאמען, תשובה , פארוואס זיי האלטן אז נירבאטעור איז רח"ל מאכיל חלב.........
קימטס ארויס פין ענקערע מייזן לאך,, ברענגטס עכ"פ איין דיין וואס האלט ווי ענק !!!!!!!!!!!! אידן ווייסן נישט וועם צי גלייבען, קימטס ארויס זאל מען זיך איבערצייגען די אמת
מיין אישור כתיבה איז פענדיג ביי די מנהלים, ביטע עס אריינשטעלן
נשלח ב-26/11/2006 22:13
פערזענליכע אטאקעס און טעראריסטישע שטיקלעך וועט נישט טוישען די פאקטען אז עס איז דא פראבלעמען, דער ציבור האט א רעכט צו פארלאנגען הידורים בכשרות, בפרט אז ווען ס'קומט אריין אנדערע קאמפאניס טוט מען זיי באשמוצען און בארעדען, ווייל מען האט מורא אז מיעל מארט ווערט פארלירען די מאנאפאל.
קיינער קוקט נישט נאך אדער באשמוצט פערזענליך דאס לעבער שטייגער פון באטור רב הרב בעלסקי הרב מאיר ר"ב, מ'רעדט סטריקטלו פון הידורים אין כשרות לכתחלה און בדיעבד ביי פלייש
פארוואס און יעדע הינזיכט טוען מיר חוקר ודורש זיין, צו איז דאס א אתרוג וואס איז כשר למהדרין אבער מ'לויפט פין רב צו רב ווייל ס'דאכט זיך ס'דא א פינטעל אדער בלאט פלעק, צו ווייץ אויף פסח ווען ס'איז געשניטען געווארען, מצות געבאקען דורך אנשים אדער נשים, רוסישע בעקערס אדער בית רחל מיידלעך וכו', מען איז מקפיד אויף ר"ת מוצאי שבת און תעניתים און בהלכות טהרה מעריב און קרי"ש, גאונים ערב שבת להדלקת נרות, און די ליסטע גייט אהן ווייטער און ווייטער
ווער רעדט נאך פון אזעלכע וואס זענען מקפיד אז די תפילין ומזוזות וספרי תורה זאל נאר זיין פון אזא סופר וואס גייט ח"ו נישט צו בחירות אדער כותל [רח"ל]
אדער ביי פלייש איז מען גרייט מוותר צו זיין אנ-נעמען א יעדער קולא וואס איז נאר שייך, אזא שיטה אזא שיטה