בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

בעגינער מיטן פידל זוכט הילף

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/11/2006 17:59 לינק ישיר 
בעגינער מיטן פידל זוכט הילף

אזוי ווי איר הערט, נאך לאנגע קווענקלענישן האב איך אנגערופן דעם רוסישן לערער וואס גייט ארום פון הויז צו הויז אויסלערנען פידל שפילעריי, און יעצט האלטן מיר שוין נאכן קויפן דעם פידל, און אפלערנען 4 לעקציעס פון זיין בוך.

איך ווייס אז מען ברויך אסאך פראקטיצירן, דערפאר האב איך געווידמעט יעדן טאג א געוויסע צייט, איבערצוגיין אלע בלעטער אינעם בוך, און פראקטיצירן וויאזוי מען האלט דעם בויגן צווישן די פינגער, און בעזרת השי"ת האפן מיר נאך איין טאג צו קענען אראפשטעלן דא א קליפ פון א שיינעם ניגון'דל געזונגן דורך אני הקטן.

דער וועג איז א לאנגער ביז אהין - אזוי האב איך געהערט, און אנגעהויבן איינזען - און איך וואלט זיך זייער געפריידט צו הערן עצות, הילף, טיפס, אין אלע הינזיכטן פון פידל שפילעריי, מוזיקאלישע נאטיצן (נאטן), און אזוי ווייטער.

עטליכע פראגעס:

1. לערנענדיג נאטן, האב איך איבערגעבליקט דעם גאנצן בוך זיינעם, אבער נישט געפונען די "באקאנטע" נאטן מיט וואס מען באגעגענט זיך כסדר, אויסגעשטעלט ווי א ת' אדער א ש'. וואס איז פשט?

2. זענען די נאטן פון אלע מוזיקאלישע אינסטרומענטן די זעלבע?

3. ווען איך וועל שוין אי"ה קענען פיין שפילן מיטן פידל, וואו קען איך זיך ווענדן צו פארשאפן נאטן פון היימישע ניגונים? איז דא אויפן וועלט-ברייטן-וועב עפעס נאטן פון אידישע ניגונים (דאכט זיך אז מודזיץ פארמאגט א וועבזייטל וואו מען קען זען נאטן פון זייערע ניגונים).

חיזוק און הדרכה וועלן אנגענומען ווערן דורך אונז בסבר פנים יפות, יישר כחכם למפרע.

הק' קרעמער



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/11/2006 18:02 לינק ישיר 

The notes to all instruments look the same, but are not always the same. Some of them play in different keys, such as Bb or Eb. There are others that use the bass clef as well, as your lessons progress you will learn all about them

The Shiyen and Tuf notes that you looking for are perhaps just a bit more advanced then where you are up to. Give it some time you will be seeing more of them than you might care to.

You can get notes on the web sure, there are many free libraries for jewish sheet music, but not for the new stuff, the free sites usualy have klezmer songs and the like.

For the heimishe stuff you can always contact AvremiG at www.anotableidea.com




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2006 18:49 לינק ישיר 

יישר כח FLATB פאר די נוצליכע אינפארמאציע, איך האב טאקע נאכנישט געהערט פון די אלע נאטן וואס איך זעה דארטן אויפן לינק, לאמיר האפן אז מיט די צייט וועל איך פארשטיין די גאנצע שפראך.

נאך א פראגע:

וויפיל צייט אין טאג וואלט איר מיר געראטן אראפצוגעבן פאר פראקטיצירונג? (איך האלט דערווייל ביי OPEN STRINGS, שוין געלערנט האלבע נאטן און גאנצע נאטן, האלבע און גאנצע ברעיקס, ארום 7 בלעטלעך פון א ביכל, און איך מאך איבער און איבער די פאר בלעטער, וויפיל צייט זאל איך ווידמען דערפאר?)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/11/2006 20:51 לינק ישיר 

There is time, and then there is doing it right. if you practice something wrong, even if you practice it all day, you will be doing it wrong.

So the first thing is to make sure that your doing it right. Second if your practicing open strings you should be listening to tone quality, I would say 15 minutes of practice followed by a fifteen minute break followed by another 15 minutes of practice. The break is as important as the practice, because after a while anything sounds good.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2006 20:06 לינק ישיר 

א ריזיגן יישר כח BFLAT פאר דיין צייט און פראקטישע עצות, איך וועל דיר אי"ה פרובירן צו פאלגן.

נאך א פראגע:

נאכן פראקטיצירן 15 מינוט, הייב איך שוין אן צו שפירן א שטיקל ווייטאג אינעם רעכטן האנט, האלט איר אז דאס קומט צוליב דעם וואס איך האב נישט דעם ריכטיגן פאזיציע? אדער מאכט דאס יעדער "בעגינער" מיט אין אנהויב פון זיין שפילעריי, ביז מען געוואוינט זיך צו דערצו.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/12/2006 16:54 לינק ישיר 

Well every beginner has these problems. Your muscles need a chance to get used to holding your instrument,  there is also a chance that you are not holding it correctly, check with your teacher.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2006 06:34 לינק ישיר 

יישר כח BFLAT, מיין צווייטער טיטשער אין הלכות כינור!

היינט האב איך שוין געלערנט אביסל וויאזוי מען לייגט ארויף די ערשטע פינגער אויפן D און אויפן A, און איך פראקטיציר דאס אסאך, יא, עס פעלט אויס אסאך פרעקטיס, איך זעה עס איין מער און מער.

איך וויל דיר פרעגן - אויב עס איז דיר נישט שווער - נאך א פראגע:

אויפן ביכל איז אנגעצייכנט א ליניע אונטער עטליכע נאטן, עס הייבט זיך אן מיט אן אראפגעהאלטענע פינגער אויפן D (אויך באקאנט אלץ: E), אבער די ליין צייגט אן אז מען זאל אראפהאלטן די פינגער אויך ווילאנג מען מאכט די קומענדיגע פאר A'ס, איך פארשטיי אבער נישט פארוואס דאס פעלט אויס. קענט איר מיר מסביר זיין? אדער וועל איך דאס ממילא געוואויר ווערן מיט די צייט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/12/2007 07:52 לינק ישיר 

דער בעגינער איז שוין היינט ב"ה אן אדווענסד סטודענט, האלטענדיג אינעם צווייטן יאהר פון לעקציעס. פאלגענד איז א קליפ פון מעוז צור:

http://heimishekretchme.com/viewtopic.php?p=72559#72559



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > בעגינער מיטן פידל זוכט הילף
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext