איך קום דא ארויס מיט א וויי געשריי אין נאמען פון הונדערטער געליטענע אידן, קעגן די רשעים בדורינו וואס האבן זיך גענומען פאר א ציל צו באגראבן אידישע ביזנעסער מיט שקרים וכזבים.
ביי די אלע זאכן איז דער הויפט חילוק צו מ'רעדט פון א קאץ אדער פון די באלעבאסטע.
איך ווייס נישט וואס די מעשה ביי די סעלפאונס איז געווען (דערווייל זע איך קוים איין זייט פון די מעשה, כ'בין זיכער אז דא איז דא נאך צדדים), אבער ביי די חלב דארף מען קוקן די ערשטע זאך: די וואס האבן געטראפן דעם פראבלעם, ווילן אז ס'זאל זיין א פראבלעם און מ'זאל שרייען דערקעגן, אדער זיי זוכן צו פאררעכטן דעם פראבלעם?!
ווי ס'קוקט אויס פון דעם גאנצן שפיל רעדט מען דא פון קעץ, אזוינע וואס ווילן אז ס'זאל יא זיין מייז נאר זיי זאלן עס טרעפן, און אזוינע פארשוינען טאר מען נישט געטרויען אפילו די אייגענע בארד!
איך וועל דערציילן א מעשה וואס איך האב געהערט פון גאר קראנט, וועט איר זען וויאזוי מען באהאנדלט א פראבלעם בשעת מ'וויל עס באמת פאררעכטן.
עטליכע וואכן צוריק איז דער ועד הרבנים ד'קווינס געוואויר געווארן אז איינער פון די גויים וואס דעליווערן פלייש פון מיעל-מארט צו סופערמארקעטס אין קווינס, מישט אריין אין די פלייש אויך טריפה'נע פלייש, רח"ל!!! נאך וואס מ'האט גוט אויסגעפארשט די זאך און דערגאנגען אז ס'איז ריכטיג ל"ע, האט דער ועד הרבנים געמאלדן פאר מיעל-מארט, און מהיום והלאה פארט א משגיח מיט א קאר אונטער יעדן טראק פון ווען ער פארט ארויס פון מיעל-מארט ביז ער קומט אן צום סופערמארקעט!
האט איינער געהערט פון די מעשה? איז מען געלאפן שנעל פארשפרייטן די מעשה אויף היידפארק?! האט מען שנעל געמאכט מיטינגען און איבערגעדרייט די שטאט מיט אזא מעשה?!