ראיאטען אין קווינס ישיבה. בחורים פליען.
איך בין פאריגע וואך געוואויר געווארן איבער די ראיאטען וועלכע זענען פארגעקומען אין קווינס ישיבה.
איך האב ביז איצט נישט געוואלט שרייבן דערוועגן. פשוט ווייל אויב ס'איז שטיל, זאל עס בלייבען פארהעלטעניס.
אבער אזויווי איצט זעה איך אז ס'איז ארויסגערינען, קען איך שוין פארציילען.
א) בערך א מנין בחורים האבן זיך צילאזט. און האבן געמאכט פייערן אין די ישיבה, צעשאסן לעקעלערס, פארשטאפט שלעסער, איבערגעקערט די קיך און טייערע עקוויפמענט. ב) בחורים דרייען זיך עפעס אין א דערנעבענדיגע מאטעל???? און האבן דארט געמאכט א חורבנד'ל, נוסח סאטמאר. ג) מ'האט אנגעפירקעלט די ווענט מיט גראפיטי, אויף עפעס א מנהל בלומענפעלד. ד) מ'האט שוין געווארפן בערך 6 בחורים, נאך וועלן פליען הייסט עס.
מיין פלומעניק, זאגט מיר אז אלעס איז שולדיג די ישיבה וואס איז זייער קליין, און שולדיג איז איינער פערל.
|
|