עטליכע וואכן צוריק איז אריין א איש מוצלח פון ווימסבג בעטנדיג א ברכה פון רבי'ן ער זאל מצליח זיין אין א געשעפט וואס ער האט אפגעקויפט א אויל פעלד און נאכן גראבן א לאנגע צייט האט מען נאך אלץ נישט געטראפן אן אויל קוואל,
דער רבי שליטא האט אים אויפגעפאדערט צו מקדיש זיין א גרויס חלק פאר צדקה, די מוסדות הקדושים וכדומה, דער איד האט געענפערט יא אוודאי, איך וועל גלייך געבן די מעשר פארן רבין ער זאל עס געבן פאר די מוסדות. זאגט דער רבי, ניין, מעשר דארפסטו דאך געבן סיי וויאזוי, זאגט דער איד, גוט, כ'על געבן צוויי מאל מעשר, עשר אעשרנו.
נו, רבינו שליטא האט אים ווארעם אנגעווינטשן און זיך געזעגענט.
געציילטע טעג דערויף, שבת קודש (שבע ברכות ביים רבין) ביים מאכן די אייער צוויבל כמנהג אבותיו זי"ע, האט דער רבי שליטא מכבד געווען דעם איד צו גיסן די אויל אין די אייער, דערביי ווינטשנדיג: זאל זיך גיסן אויל בשפע!
מוצ"שק קומט אן די ידיעה אז מען האט געטראפן דעם קוואל!! אין א פארדונסט פון 20מ !!
[הערה, עס זענען דא צוויי גירסאות אין די מעשה, איך האב געשריבן וויאזוי איך האב עס געהערט]
נשלח ב-1/12/2006 19:01
לויט די מעשה קומט אויס אז חי' שרה וואס גיסט יעדע וואך אריין די אויל אין די אייער כמנהג אבותינו הק' אז די ווייב גיסט אריין די אויל אין שנייד די צוויבל, האט שוין זיכער טויזענטער אויל פעלדער און צוויבל גערטענר איבער די גאנצע וועלט.
יעצט הער איך אז שופרא פאטעטע טשיפס האט זיך געמאלדן אז זיי ווילן גיסן די פאטעטע טשיפס ווען ר' לזמן עסט עס, און מהדרין אייז קרים וויל פיטערן ר' זלמן מיט אייז קרים...
און ר' ליפא וויל קויפן א מעטיס באל און קעפ פאר ר' זלמן אז די מעטיס זאלן געוינען...
עס איז אזוי וועקי...
נשלח ב-1/12/2006 18:54
ארענדאר
א וואונדער אז דיין רבי האט נישט געוואוסט דערפון ווען ער האט געמאכט אן עליית נשמה פרייטאג צונאכטס ביי קדושה פון
מנחה.
נשלח ב-1/12/2006 14:18
עס איז איטערעסאנט צו וויסן וואס פאר א אויל האט מען געטראפן אפשר דעם פך שמן פונ'ם כהן גדול עס איז דאך פאר חנוכה יעצט ?
נשלח ב-1/12/2006 05:30
איך האב מיך טאקע געווינדערט פארוואס זייט ר' זלמן האט געגעסן אייער צוויבעל איז די פרייז פין אויל שרעקליך געפאלען ... יעצט הייב איך אהן צו כאפן וואס דא גייט פאר.....
נשלח ב-1/12/2006 04:43
ווער איז דער רבי וואס פארשטייט צו אויל?,
איז ער גיט אין מאכן א אויל טשענטש?
אויב איז ער ביליג, ווער איך זיין חסיד.
נשלח ב-1/12/2006 03:11
דער מופת איז דער געלעכטער פון שטאט. דער עולם האלט זיך אונטער דערמיט.
ווי מען שמועסט קומט די מעשה פון די סקווערע פיש וואס האט עס געהערט פונעם ירושלימ'ער דיבוק.
איינמאל די מעשה איז אויף היידפארק געב איך עס צוויי וואכן, און עס וועלן
פליען מופתים פון ר' אהרן'ן, (עיין ערך: נישט כאפן בילדער)
אבער עס באדערט נישט קיינעם, כל זמן אידן ווערן געזונט און רייך
נשלח ב-1/12/2006 00:27
א נאר איז ווער ס'גלייבט דעם מופת.
א גרעסערער נאר איז ווער ס'פארציילט עס.
נשלח ב-1/12/2006 00:12
HO MY G--D!
איך האב זיך פשוט נישט גערישט וואס פאר אן אפקלאנג דער אשכול וועט האבן.
זעט אויס אז עס זענען דא פאראן אזויפיל מענטשן וואס ווילן טרעפן אויל (אדער גאחד...).
נשלח ב-1/12/2006 00:01
דוד, פארשעם מיך נישט פליז.
גלייך מיך נישט צו צו דעם ניטוויט ווארהייט.
נשלח ב-30/11/2006 23:17
דוד'ל טייערער,
איך פארשטיי גוט אז ביי די זאליס מאכט מען נישט קיין צימעס פון קיין מופתים, אבער פארוואס פארגינסטע נישט פאר אידישע קינדער אביסל פרנסה בריווח? די הוצאות יום יומית פאר א חרדישע משפחה איז דאך למעלה ראש!
אלזא ר' דוד, זיי א מזכה את הרבים און זאג שיין ווען קען מען גיין גיסן אביסל שמן און טעלער פון אונזער באליבטער בעל מופת?
נשלח ב-30/11/2006 23:11
נע מ'מוז גיסען די אויל דווקא אויף דעם רבינ'ס אייער