| נשלח ב-30/11/2006 22:33 |
|
| |
קעסטענבוים שלייער אויפגעדעקט !
נייער קונטרס דעקט אויף דעם שלייער פונעם ראש הכולל דמשק אליעזר הרב לעיזער קעסטענבוים ומשפחתו.
עס לייגט אראפ אלע פאקטן איבער די שרעקליכע מסירות, און ווער עס האט "באמת" גע'מסר'ט נפתלי שלעזינגער.
עס ענטפערט אפ ביידע קעסטענבוים ביכלעך, און מאכט א סופער דזשאב. לדעתי.
http://download.yousendit.com/2F096757724E7060
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 01/12/2006 0:32:12
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2006 19:38 |
|
| |
מר. בערקאוויטש, און אויף ר' אשר אנשיל, שלום וברכה מר בערקאוויטש שרייבט און ר' אשר אנשיל ברענגט דאס אראפ נאכאמאל ""העבר _אין,
בעצם פיין געשריבען, איך וויל אבער מיט דיר קודם עפעס אויסשמועסן און
אדרבה לאמיר הערן צו בין איך גערעכט צו נישט, די טראגסט זיך אן צו זיין א
פארטרעטער פון משפחת ר' יצחק ש. נו בעצם נישט קיין שלעכטער רעיון,
נאר ראשית לאמיר קלאר מאכן וואס דער שמועס איז דא און זעהן טאקע צו
מען קען האבן א דעבאטע ווי ערוואקסענע מענטשן.
""
יעצט לאמיר איבערשרייבן "נאכאמאל" וואס "איך" האב געשריבן אלץ מיין אויספיר
""דעריבער טייערער בערקאוויטש, אויב ווילסטו באמת, אדער סיי ווער, אפמאכן איינע פון די צוויי מהלכים איינס, די גאנצע פרשה, ווי פארשטענדליך מיט די מאקסימום פאקטן און דאקומענטן צוויי. די עדות שאפט פון "יעדן" און טאקע נאר מיט דאקומענטן
בין איך גרייט צו זיין דא דער פארטרעטער פון משפחת בני ר' יצחק ""
יעצט לאמיר דאס מסביר זיין, מר. בערקאוויטש, און אפשר אויך ר' אשר אנשיל אויב איז עס מסכים צו מר. בערקאוויטש אויב ווילט איר, אז א ליינער דא אויף הייד פארק זאל האלטן אז איין צד אדער דער אנדערער האט נישט אדער וויל נישט ענטפערן, זעהט מען עס קלאר [עכ"פ אין מייןמיינונ] אויב איז ער גריט צו דעבאטירן, ווי מענטשן צווישן מענטשן, ווי איינער מיטן חבר אין ביה"מ, אין ארבעטס פלאץ
אויב דערקלערט מען אבער, אזעלעכע סטעיטמענטס - בלשון פראגע ווצב"ש "יך וויל אבער מיט דיר קודם עפעס אויסשמועסן און אדרבה לאמיר הערן צו בין איך גערעכט צו נישט"
וויל איך דיר ענטפערן מר. בערקאוויטש, דאס מיינט [לויט מיין פארשטאנד] אז דער שרייבט פון אזעלעכע ווערטער איז נישט מסכים צו די פארשלאג נאר וויל פארשלאגן א פרישע פלאן, און "מן הסתם" ווייל די ערשטע פארמאטן איז אים [זייער] נישט באקוועם
דעריבער מר. בערקאוויטש און אשר אנשיל לאמיר מסביר זיין פארוואס מיין פארשלאג, און איך צוטיר פון מיר אליין
""ווייל אויב זאל מען קומען צו די מיינונג אז נפתלי איז באמת
בעל הבית, און ער האט נישט אויסגעטאן נאקעט ר' יצחק, פון זיין געלט, האט
און גוטס, דאן איז ווי פארשטענדליך אז גיין אנקאלן די אינשורס קאמפאני און
זיי זאגן, מיר ווילן טאן אלעס וואס מעגליך אז איר זאל דעם נפתלי נישט
געבן קיין דאלער, איז מסירה [הלכה'דיג] רשעות און רציחה און וואס נישט""
און פון די צווייטע זייט, ווייטער מיין ציטאטע
""באמת זענען זיין געווען שותפים, און נפתלי אלץ גבר אלים,
האט פשוט געטאן מיט ברודער די ארגסטע וואס מען קען, אוועק נעמען די געלט,
זיכער מאכן אז טראץ וואס ר' יצחק איז ביטער קראנק געווען זאל ער נישט האבן
קיין אינשורס, די לייף אינשורס האט ער איבערגעשריבן און עס אויסגעליידיגט,
די נכסים האט ער אוועקשפאצירט דערמיט און די ליסט גייט ווייטער בנו החביב
האט פיזיש טעראזירט זיין שכן שווימער חתן ר' יצחק, עד אין שיעור וארך, און
בני משפחת ר' יצחק זענען געגאנגן צו בתי דינים, רבנים, עסקנים און
קיינער האט זיי נישט געוואלט אדער געקענט העלפן, דאן איז זייער גרינג צו
קומען צו א מיינונג אז גיין צו די אינשורס קאמפאני איז געווען 'מותר
לכתחילה' [הלכה'דיג] דזשאב וועל דאן, ערליך פארדינט, און עס איז מעגליך אז
אפילו גיין לכתחלה צו די רעגירונג, פייער דעפארטמענט, גרענד דזשורי,
פאליציי, דיסטריקט אטורני, איז אויך נישט קיין עבירה, סיי אלץ גבר אלים,
סיי אלץ לא ציית דינא, סיי אלץ מוסר מותר למסרו, און די גאנצע הכצעקתה האט
מיט קיין הלכה נישט קיין שייכות""
אין קורץ אידיש, עס איז מעגליך, אז מיין טענה וועט זיין יא, משפחת ר' יצחק האט געטאן די אלע זאכן, אבער 'אין מיין מיינונג' האלט איך אז זיי האט "געמעגט און געדארפט" עס טאן
ווי פארשטענדליך, ווענד זיך וואס איז געווען פארדעם, האסטו שוין אמאל געזעהן/געהערט די מימרא ""אין חטפי ודידי חטפי"", עס איז מעגליך אז משפחת ר' יצחק איז "שולדיג" אין האבן געטאן די פאקטן אבער זענען נישט "שולדיג" אלץ די ווארט שולדיג אין א עבירה אדער עוולה
דעריבער נאך איין מאל מר. בערקאוויטש און ר' אשר אנשיל
אויב ווילסטו באמת, אדער סיי ווער, אפמאכן איינע פון די צוויי מהלכים איינס, די גאנצע פרשה, ווי פארשטענדליך מיט די מאקסימום פאקטן און דאקומענטן צוויי. די עדות שאפט פון "יעדן" און טאקע נאר מיט דאקומענטן
בין איך גרייט צו זיין דא דער פארטרעטער פון משפחת בני ר' יצחק
אויב זענט איר נישט גרייט, מיינט דאס ביי מיר, אז עס איז נישטא - אויף הייד פארק עכ"פ זיכער - איינער פון די זייט פון ר' נפתלי וואס איז גרייט די אישו דורכצוטאן געהעריג, פולשטענדיג, אויף א נארמאלע פארמאט
[אנטשולדיגט פארן פארשפעטיגן מיט מיין ענטפער, איך בין נאר א גאסט דא, מיין ארבעט ערלויבט מיר נישט צו זיין דא א 'פול טיים' מעמבער
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2006 05:54 |
|
| |
אנטשי,
ס'איז זייער טעמטינג דיר צו ענטפערן ישקנו מצד השני, און זאלסט קישן ווי די אידן האבן גערוהט,
נאר אזוי ווי דו שפילסט "גולם" ערשט קלאסיג, און פרעגסט שאלות וואס זענען שוין לאנג פארענטפערט
געווארן בטוב טעם ודעת, וועל איך נאך איינמאל ענטפערן שטארק בקיצור, און האפענטליך וועט דאס דיר
אריין אין קאפ, ווייל פאר כלל ישראל פעלט דאס שוין נישט אויס, דער קונטרס דברי אמת וצדק האט שוין געמאכט דעם דזשאב,
איז אזוי, יעדער איז מודה אז די בני ר' יצחק מיט ר' נפתלי זענען געווען אויף מעסער שטעך, מען האט זיך געשלאגן, מען האט כסדר אנגעקלאגט אין געריכט, מען האט זיי כסדר גמאסערט רעכטס און לינקס, מען האט זיי באגאנבעט זייער גאנצע פארמעגן, בקיצור מען האט זסיך פעסט ארום געשלאגן טאג טעגליך, און בין הדברים האט אביגדור האט אנגערופן די אינשארענס קאמפאני אז לדעתו איז נפתלי פאר אנטפארטליך פאר די שרפה, און ער האט געשריבן ליגענט אין זיין קלעים צו די אנשארענס קאמפאני, ער האט זיי נישט געגעבן קיין שום פרוף אויף זיין שטעלונג, ער האט זיי נישט געגעבן קיין באווייזן, ס'איז געווען אבי גערעדעט HERESAY בלשונם, אוןזיי זאגן קלאר אז ער האט בשום אופן נישט געוואלט גיין צו די אינסטאנצן מאסערן נפתלי'ן, ער האט פשוט נאר געוואלט אז נפתלי זאל נישט באקומען זיין געלט, סא, ער האט נישט גורם געווען אז מען זאל נפתלי'ן "אנהייבן" חושד צו זיין, ווייל זיי זאגן דאך קלאר אז מען האט עם שוין חושד געווען צוויי יאר פריער, ער האט זיי נישט געגעבן קיין שום קראנטע באווייזן, ווייל פשוט ער האט נישט געהאט, ער האט נאר געזגט אז לדעתו איז נפתלי פאראנטפאטלעך פאר די שרפה, און גיט עם נישט קיין פעני, יעצט אויב דאס הייסט מסירה, איז ער א מסור, אבער אנטשעלע, לדעתם פון אלע רבנים ודיינים, הייסט דאס נישט קיין מסירה, דו קענסט שרייען פון היינט ביז איבער פורים אז זיי זענען מוסרים, דאס מאכט זיי נאכנישט פאר קיין מוסרים, SORRY,
פראגע נומבער 2 איז זייער קאמיש, דו ברענגסט א ראי' פון א צייטונג, WHAT A JOKE,
האסטו שוין אמאל מיט געמאכט פערזענדליך א געוויסע נייעס וואס דו האסט געזעהן FIRST HAND, און דאס דערנאך געליינט אין א צייטונג? איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אז א צייטונג זאל שרייבן א נייעס וואס איך האב אליין מיט געמאכט און געזען און זיי זאלן דאס שרייבן אן קיין גרייזן, זיי שרייבן כסדר בויך סברות, זיי שרייבן סטעיטמענטס וואס מאנכע געבן דארט אריין אסאך מאל מיט געוויסע אינטערעסן, בקיצור א צייטונג ארטיקל, איז נישט באגלייבט אין ערגעץ, נישט אין קארט און א וודאי נישט זיי צו מאכן פאר מוסרים,
אמת אז ביים סך הכל ווען דער שופט רעדט איבער דעם גאנצן קעיס, רעדט דער שופט פון זייער עדות אז דוד בן נפתלי האט געזאגט JOB WELL DONE, אבער זאג נאר, אויב איז דאס געווען אזא וויכטיגע עדותשאפט, פארוואס האט מען נישט באשולדיגט דעם דוד שלעזינגער, ווי דער פראסעקיוטער האט פארלאנגט?, און פארוואס רעדסטו דווקא נאר פון דעם איינציגן סעיטמענט פונעם שופט, און פונעם סטעיטמענט אז אויב ווארפט מען גענצליך ארויס די טעסטימאני פון אביגדור שלעזינגער און
ישראל מיילך שוויממער, וועט זיך גארנישט טוישן, און נפתלי וועט נאך אלץ געפונען ווערן שולדיג, הא?, ער רעדט
היפש אסאך, זייער זייער אסאך, פון ווייזער ווי ער האט סותר געווען נפתלי'ס עדות אז מענטשן האבן דארט גערייכערט, און אז דארט איז כסדר געווען FLAMABLE פראדאקטן, און דער ווייזער האט דאס קאטאגאריש אפגעווארפן,
נפתלי האט געטענה'עט אז די טיר איז געבליבן אפן יענעם אויף דערנאכט, און ווייזער האט עם אפ געוואנדן אז ער איז
זיכער אז ער האט פארשפארט די טיר, אלזא נפתליס פראבלעמען זענען געווען בעיקר די טעסטעמאני פון ווייזער און נישט פון אביגדור מיט ישראל אלימלך, די סטעיטמענט פון אביגדור האט ער גאנץ גרינג געקענט פארווישן און זאגן סברות וואס ער האט געקענט מיינען מיט די ווערטער JOB WELL DONE, אבער ווייזערס קלארע טעסטימאני האט ער נישט געקענט פארענטפערן אדער פאר וואסערן,
דאס איז קלאר אז אן ווייזער'ס עדות, אפילו מיט די עדות פון אביגדור מיט ישראל אלימלך וואלט נפתלי נישט געפונען געווארן שולדיג אין ארסאן, סא, סטאפ שוין אנצופירקלען דיינע תגובות מיט איינזייטיגע באשולדיגונגען וואס יעדער זעט אז ס'איז נישט
אויפריכטיג נאר מיט א שנאה גלוי' צו די נעפיוס,
און לאמיר נישט פארגעסן, נפתלי איז געפונען געווארן שולדיג אין 32 COUNTS, וואס אין 31 פון דעם האבן די נעפיוס זיכער
נישט קיין חלק, און די 31 באשולדיגונגען זענען זייער ערנסטע קלאגעס, פון מעיל פראד, בענק פראד, טעקסעס, גנבות, שווינדלערייען, פאלטשע קארפארעשאנס, פעלשן אינטערשריפטן וכדומה, וואס לאמיר שוין זאגן אז די נעפיוס האבן יא
גורם געווען אז מען זאל עם טרעפן שולדיג אויף ארסאן, (FOR ARGUMENTS SAKE) וואס מיינט איר וואלט נפתלי באקומען
בלויז פאר ארסאן אויב וואלט עאר נישט געהאט די אנדערע ערענסטע קלאגעס?, מאקסימום 5 יאר, איז דאך זיכער אז די אנדערע עדות האבן גורם געווען די איבעריגע 10 יאר, נו, ווי איז דיין וויי געשריי אויף דעם?, פארוואס ביסטו אזוי שנעל מוחל פאר די אנדערע עדות וואס האבן נעבעך גורם געווען אז נפתלי זאל באקומען אזא הארבן פסק?, נאאר הוא אשר דברתי, די ביסט נישט אויסן ארויס צו קומען מיטן אמת, די ווילסט נאר באשמוצן די נעפיוס פאר דיין אייגענע אינטערעס, וואס מיר האבן שוין אויבן קלאר איבערגעצייגט,
(אנטשי, איך פאר אוועק אויף א וואך פאר א ביזנעס טריפ, סא, איך וועל דיר נישט קענען ענטפערן, ווייל אויף מיין לעפטאפ האב איך נישט קיין אידיש, אבער דאס זאל דיך נישט צוריק האלטן פון צו ענטפערן צו ווייזער וחבריו זענען מוסרים צו נישט),
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2006 01:28 |
|
| |
יענקעל,
עס איז דא וואס שרייען אז דיר צו בעטן צו ענטפערן אויף זעקס שאלות אויפאמאל איז אביסל איבערגעטריבען, אלזא האב איך געקלערט אז איך וועל עס צוטיילן אויף צוויי אין איך וועל שטארק הנאה האבן אויב די וועסט ענטפערן קודם אויף די ערשטע דריי שאלות און דערנאך אויף די איבעריגע דריי.
פארשטייט זיך אז בעצם דיין ענטפערן בכלל וועט באטראכט ווערן אינגאנצן לפנים משורת הדין, וויבאלד מיר ווייסן דאך דעם אמת אז די האסט שוין גענטפערט אן א שיעור מאל...... אבער אפשר איז כדאי אז די זאלסט טאקע ענטפערן כסדר אויף א,ב,ג, וכו' אזוי אז עס זאל טאקע נישט בלייבן קיין ספק פאר קיינעם אז די האסט טאקע יא גענטפערט.
קען מען מאכן א געשעפט??
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2006 00:02 |
|
| |
יענקל איך וועל אריינפעסטן וואס בערקאוויטש האט געשריבען:
העבר _אין,
בעצם פיין געשריבען, איך וויל אבער מיט דיר קודם עפעס אויסשמועסן און אדרבה לאמיר הערן צו בין איך גערעכט צו נישט, די טראגסט זיך אן צו זיין א פארטרעטער פון משפחת ר' יצחק ש. נו בעצם נישט קיין שלעכטער רעיון, נאר ראשית לאמיר קלאר מאכן וואס דער שמועס איז דא און זעהן טאקע צו מען קען האבן א דעבאטע ווי ערוואקסענע מענטשן.
דער שמועס דא האט זיך אנגעהויבן היות משפחת הנ"ל האט דא ארויפגעלייגט א ביכל פון איבער זיבעציג זייטן אויפצוקלערן זייער זייט אז לא דובים ולא יער זיי זענען קיין מוסרים קיינמאל נישט געווען און עס איז פשוט און פראסט א "קעסטנבוים שפיל לדבריהם" נו האב איך אזוי ווי אנדערע דורך געליינט דאס קונטרס און זיך געוואלט איבערצייגן וואס דא גייט פאר, איז שפעטער דא ארויפגעלייגט געווארן עטליכע דאקומענטן וואס אינהאלט טאקע א סך הכל פון קארגע צעהן זייטן אבער וואס זאגט לכאורה זייער אסאך (וואס עפ"י רוב האב איך שוין געזעהן אונעם "אבן מקיר תזעק") און פרעגט אפ מורא'דיג שטארק זייערע ערשטע און יסודית'דיגע באהויפטונגען וואס אונעם אריינפיר פון דעם "אמת וצדק" שטייט (נאר טאקע די ערשטע פאר נקודות קודם) ווי פאלגענד:
פאקטן וואס דער קונטרס "דברי אמת וצדק" און עקזיביטס ווייזן קלאר איבער פאר יעדן וואס ליינט עס:
· קיינער פון משפחת ר' יצחק שלעזינגער, ווי אויך קיינער פון די אנדערע צענדליגער אידן, וואס די גאווערמענט האט גערופן פאר עדות'שאפט, האבן נישט גע'מסר'ט ר' נפתלי'ן.
· ר' נפתלי'ס לעגאלע פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן ווען אונטערגעקויפטע אינשורענס עדזשאסטערס האבן אונטער "אימיוניטי" פון די רעגירונג מודה געווען איבער זייערע אקטיוויטעטן אינאיינעם מיט ר' נפתלי.
· די אלע צענדליגער היימישע אידן וואס זענען א דאנק דעם גערופן געווארן אויפצוטרעטן פארן געריכט, האבן בלויז געענטפערט וואס זיי האבן לעגאל געמוזט, און ע"פ הלכה געמעגט.
· קיינער פון אונז האט נישט אויפגעטרעטן פארן געריכט א.ד.ג. מיטן פרייען ווילן. יעדער וואס איז אויסגעפרעגט געווארן, איז סובפינעט געווארן דורכן געריכט
איז אזוי, יעדער האט געזעהן זייער קלאר און די צעהן דאקומענטן דאס פאלגענדע:
א) אביגדור ש, האט אנגערופען די אינשורענס קא. און געזאגט אז זיין פעטער האט געמאכט די שריפה, און געשריבן ליגענט אינעם קלעים!
ב) א "פרעס ריליעס" וואס זאגט זייער קלאר ווער האט געמאכט דאס "דורךברעך" צו דעם אינוועסטיגעשאן!
ג) אביגדור זאגט דאס זעלבע פאר א "גרענד דזשורי"
ד) ער זאגט זייער קלאר פאר די "גרענד דזשורי" אז ער איז געגאנגען "פרייווילעגערהייט" צו "לאו אינפארסמענט" !
ה) שווימער פארציילט קלאר אז ער איז געגאנגען צו די "גרענד דזשורי" אן קיין "סובפינע"!
ו) דער שופט ווייזט אן קליפ און קלאר זייער עדותשאפט אויף "ארסאן"!
איז פרוביר איך מיט אלע כוחות צו באקומען א נערמאלן תשובה אבער אן ערפאלג, און איך זאג גאר בלענק סטעיטמענטס??
איז פארוואס זאל איך ממשיך זיין צו גיין ווייטער צו אנדערע פאונטס אז מען קען גיין און אפשרייבן אזעלעכע אפענע ליגענטס? איז אויב קען איך באקומען א נערמאלען תשובה איז דאס סתם פוסטע ליגענט יא אדער ניין??? און אויב נישט פארוואס נישט??? איז דעמאלט האט א זינען צו גיין ווייטער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2006 23:47 |
|
| |
אנטשיל, NICE TRY,
אבער איך לאז מיך נישט אריינשלעפן אין דיין נארישן וויכוח,
למעשה האט זיך יעדער וואס האט א מוח בקדקדו איבערגעצייגט,
עם מי האמת, און ווער עס איז דא נאר פאר איין ציל, מיט שקרים און כזבים, און איגנארירט ריינע קלארע פאקטן,
דער שופט שרייט חי וקיים אז די עדותשאפט פון די נעפיוס האט בכלל נישט אויס געמאכט,
און אפילו מען ווארפט ארויס די גאנצו טעסטימאני פון זיי וועט די רעזאלטאט זיין די זעלבע,
אלזא: לויט דעם שופט = נישט קיין מוסרים,
לויט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א זענען זיי - נישט קיין מוסרים,
לויט הרה"ג רבי יצחק מאשקאוויטש שליט"א רב דקהל נייטרא - נישט קיין מוסרים,
לויט ר' יענקעלע פון בארא פארק - נישט קיין מוסרים,
קומען צוויי בני בלי שם און פראבירן מיט פארשידענע דריידליך און נארישע בויך סברות
אויסשרייען אז זיי זענען יא מוסרים, נו, אצינד זעט שוין איעדער למי החותמת ולמי הפסולים,
(יא, איך האב שיעור נישט פארגעסן אייער מעכטיגע סברה פארוואס זיי זענען יא מוסרים
"ווייל עס איז נישטא קיין שום כתב אדער קול קורא פון קיין איין רב אז זיי זענען "נישט" קיין מוסרים",
כא... כא... כא... מורא'דיג זיס...)
אבער געוואלד אז מיר קענען זיך נישט פאראייניגן אויף דעם איינצלען פונקט, דארף מען דען שוין אויף געבן
אונזער ווייטערדיגע דיסקאציעס?, פארוואס זאלן מיר נישט ווייטער גיין און מברר זיין צו לעזער קעסטענבוים,
אברהם יוסף ווייזער, יוסל ניימאן, נעפיו יאקאבי, מחותן ברוין, שוואגער און שוועגערין גליקמאן, הערשל נידערמאן, וכו'
וואס האבן אזוי קלאר און דייטליך עדות געזאגט אז ר' נפתלי איז א פאלנער פארברעכער און קלאר צולייגט
זיינע נידעריגע גנבות און שווינדלערייען,
פארוואס זאלן מיר נישט מברר צו זיי זענען בחזקת מוסרים צו ניין?
אגב, אנטשעלע, ווען איך האב דיר געשריבן אז איך האב "אריבער" 60 קאמפלימענטס אין אישי,
איז למען הפונקטלכקייט געווען 63, און ביז דיין קאמפלימענט האט דאס שוין געהאלטן ביי 68,
סא, דיינס איז געווען נומבער 69, אידיש קינד'ס, נומבער 70, און אצינד האלט איך ביי נומבער 73,
איךהאף אז דאס וועט מאכן נאך א טאג פאר אונזער פריינט אידיש קינד...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2006 00:25 |
|
| |
בערקאוויטש! מיט יענקל קענסטו זיך נאך אפשר פארמעסטן אבער נישט מיט my_pen...
ער ענטפערט קורץ און שארף און ממש גענוי וואס די האסט געפרעגט.....
אויף אזוי ווייט אז ער איז גאר גרייט אן קיין שום פראבלעם אויף נאך פראגעס.....
די שאלה איז האסטו נאך פראגעס פאר my_pen ?
די ווילסט אז ער זאל נאכאמאל אראפ ברענגן "קלארע דאקומענטן"? ער איז גרייט.......
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2006 00:09 |
|
| |
פון די אנדערע זייט זעה איך אז בערקאוויטש זאגט איבער די זעלבע זאך 10 מאל נאכדעם וואס ער האט שוין באקימען עטליכע מאל א תשובה,
און יעצט צום עלעפטען מאל:
1) גיין צו די אינשורענס קאמפעני איז קלאר נישט קיין מסירה,
2) די אינשורענס קאמפעני זאגט קלאר אז משפחת ר' יצחק ע"ה וויל נישט קימען עדות זאגען,
3) ס'איז דא אראפגעברענגט געווארן קלארע דאקימענטן פון די סעפינע'ס,
4) די שופט שרייבט ארויס קלאר אז אפילו ער ווארפט ארויס אלעס וואס די משפחת ר' יצחק ע"ה זאגט ווערט ער געפינען שילדוג,
יעצט פרעג מיין קינד ווייטער...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 23:50 |
|
| |
יענקל שרייבט: דף 3
בעיקר האב איך הנאה געהאט פון דיין ענטפער "און אז איך וועל דיר זאגן אז איינער פון אונזערע חשובע דיינים האבן יא געזעהן א קול קורא פון גדולי הרבנים און רבנים מיין איך לגמרי נישט זאלי רבנים! וואס וועסטו ענטפערן? און די סיבה פארוואס עס דרייט זיך נישט אויף דער גאס פארשטייט יעדער בר דעת וואס קען אביסל די פערשוינען....." ווילסט באמת וויסן וואס איך וואלט געזאגט "אויב" דו וואלסט דאס געזאגט, איך וואלט געזאגט אז בערקאוויטש איז א גרויסער שקרן...
יענקל שרייבט: דף 7
קיין איין ערענסטער רב, קיין איין דיין איז נישט ארויס
אקעגן די נעפיוס, אויסער אפאר יחידים תמימי לב, וואס ווערן זייער עמפינדליך צו "מסירה" און אפילו זיי
האבן זיך שוין איבערגעצייגט מיט די דברי אמת וצדק ווער עס איז גערעכט, למי החותמת ולמי הפסולים,
און זענען זיי געקומען מפייס זיין אין גרויסן.
קען זיין אז איך האב געכאפט יענקל ביי א סתירה????
יענקל די ביסט נישט נאמן אפילו וויפיל אזייגער עס איז יעצט..
ידידו הק' אשר אנשיל ק.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 23:05 |
|
| |
יענקעל איך בין געקומען צו די מסקנה אז די האסט נישט וואס צו ענטפערן!
Sorry
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 22:07 |
|
| |
סא בערקאוויטש,
איז ווייזער א מסור צו נישט?
איך זיך עפעס א רמז צעווישן די שורות,
און איך טרעף נישט,
ביטע באלייכט אונז די אויגן,
און ערקלער
איז ווייזער אסור צו נישט???
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2006 21:42 |
|
| |
העבר _אין,
בעצם פיין געשריבען, איך וויל אבער מיט דיר קודם עפעס אויסשמועסן און אדרבה לאמיר הערן צו בין איך גערעכט צו נישט, די טראגסט זיך אן צו זיין א פארטרעטער פון משפחת ר' יצחק ש. נו בעצם נישט קיין שלעכטער רעיון, נאר ראשית לאמיר קלאר מאכן וואס דער שמועס איז דא און זעהן טאקע צו מען קען האבן א דעבאטע ווי ערוואקסענע מענטשן.
דער שמועס דא האט זיך אנגעהויבן היות משפחת הנ"ל האט דא ארויפגעלייגט א ביכל פון איבער זיבעציג זייטן אויפצוקלערן זייער זייט אז לא דובים ולא יער זיי זענען קיין מוסרים קיינמאל נישט געווען און עס איז פשוט און פראסט א "קעסטנבוים שפיל לדבריהם" נו האב איך אזוי ווי אנדערע דורך געליינט דאס קונטרס און זיך געוואלט איבערצייגן וואס דא גייט פאר, איז שפעטער דא ארויפגעלייגט געווארן עטליכע דאקומענטן וואס אינהאלט טאקע א סך הכל פון קארגע צעהן זייטן אבער וואס זאגט לכאורה זייער אסאך (וואס עפ"י רוב האב איך שוין געזעהן אונעם "אבן מקיר תזעק") און פרעגט אפ מורא'דיג שטארק זייערע ערשטע און יסודית'דיגע באהויפטונגען וואס אונעם אריינפיר פון דעם "אמת וצדק" שטייט (נאר טאקע די ערשטע פאר נקודות קודם) ווי פאלגענד:
פאקטן וואס דער קונטרס "דברי אמת וצדק" און עקזיביטס ווייזן קלאר איבער פאר יעדן וואס ליינט עס:
· קיינער פון משפחת ר' יצחק שלעזינגער, ווי אויך קיינער פון די אנדערע צענדליגער אידן, וואס די גאווערמענט האט גערופן פאר עדות'שאפט, האבן נישט גע'מסר'ט ר' נפתלי'ן.
· ר' נפתלי'ס לעגאלע פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן ווען אונטערגעקויפטע אינשורענס עדזשאסטערס האבן אונטער "אימיוניטי" פון די רעגירונג מודה געווען איבער זייערע אקטיוויטעטן אינאיינעם מיט ר' נפתלי.
· די אלע צענדליגער היימישע אידן וואס זענען א דאנק דעם גערופן געווארן אויפצוטרעטן פארן געריכט, האבן בלויז געענטפערט וואס זיי האבן לעגאל געמוזט, און ע"פ הלכה געמעגט.
· קיינער פון אונז האט נישט אויפגעטרעטן פארן געריכט א.ד.ג. מיטן פרייען ווילן. יעדער וואס איז אויסגעפרעגט געווארן, איז סובפינעט געווארן דורכן געריכט
איז אזוי, יעדער האט געזעהן זייער קלאר און די צעהן דאקומענטן דאס פאלגענדע:
א) אביגדור ש, האט אנגערופען די אינשורענס קא. און געזאגט אז זיין פעטער האט געמאכט די שריפה, און געשריבן ליגענט אינעם קלעים!
ב) א "פרעס ריליעס" וואס זאגט זייער קלאר ווער האט געמאכט דאס "דורךברעך" צו דעם אינוועסטיגעשאן!
ג) אביגדור זאגט דאס זעלבע פאר א "גרענד דזשורי"
ד) ער זאגט זייער קלאר פאר די "גרענד דזשורי" אז ער איז געגאנגען "פרייווילעגערהייט" צו "לאו אינפארסמענט" !
ה) שווימער פארציילט קלאר אז ער איז געגאנגען צו די "גרענד דזשורי" אן קיין "סובפינע"!
ו) דער שופט ווייזט אן קליפ און קלאר זייער עדותשאפט אויף "ארסאן"!
איז פרוביר איך מיט אלע כוחות צו באקומען א נערמאלן תשובה אבער אן ערפאלג, און איך זאג גאר בלענק סטעיטמענטס??
איז פארוואס זאל איך ממשיך זיין צו גיין ווייטער צו אנדערע פאונטס אז מען קען גיין און אפשרייבן אזעלעכע אפענע ליגענטס? איז אויב קען איך באקומען א נערמאלען תשובה איז דאס סתם פוסטע ליגענט יא אדער ניין??? און אויב נישט פארוואס נישט??? איז דעמאלט האט א זינען צו גיין ווייטער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2006 19:30 |
|
| |
העבר אין,
עקסעלענט ! ! !
זייער צודערזאך געשריבן,
אבער איך האף אז דו האלסט דיר נישט דיין אטעם
ווארטענדיג אויף א אנטווארט פון בערקאוויטש,
ווייל מיר ווייסן דאך אלע דעם ענטפער,
דעם בערקאוויטש באדערט מסירה
ווי מיך באדערט אז דער קאליפארניע פרי-וועי האט אכט לעינס,
אבסעלוט גארנישט, I COULD CARE LESS,
דעם בערקאוויטש באדערט נאר די שלעזינגערס,
אז זיי האבן די חוצפה צו פארלאנגען פון לעיזער קעסטענבוים זאל צוריק געבן
זייער פארמעגן וואס ער מיט נפתלי האבן זיי באגנבעט,
בערקאוויטש האט א אגענדא אקעגן זיי און וועט נישט רעדן פון עכטע מסירה...
|
|
|
|
|