| נשלח ב-13/12/2006 05:54 |
|
| |
אנטשי,
ס'איז זייער טעמטינג דיר צו ענטפערן ישקנו מצד השני, און זאלסט קישן ווי די אידן האבן גערוהט,
נאר אזוי ווי דו שפילסט "גולם" ערשט קלאסיג, און פרעגסט שאלות וואס זענען שוין לאנג פארענטפערט
געווארן בטוב טעם ודעת, וועל איך נאך איינמאל ענטפערן שטארק בקיצור, און האפענטליך וועט דאס דיר
אריין אין קאפ, ווייל פאר כלל ישראל פעלט דאס שוין נישט אויס, דער קונטרס דברי אמת וצדק האט שוין געמאכט דעם דזשאב,
איז אזוי, יעדער איז מודה אז די בני ר' יצחק מיט ר' נפתלי זענען געווען אויף מעסער שטעך, מען האט זיך געשלאגן, מען האט כסדר אנגעקלאגט אין געריכט, מען האט זיי כסדר גמאסערט רעכטס און לינקס, מען האט זיי באגאנבעט זייער גאנצע פארמעגן, בקיצור מען האט זסיך פעסט ארום געשלאגן טאג טעגליך, און בין הדברים האט אביגדור האט אנגערופן די אינשארענס קאמפאני אז לדעתו איז נפתלי פאר אנטפארטליך פאר די שרפה, און ער האט געשריבן ליגענט אין זיין קלעים צו די אנשארענס קאמפאני, ער האט זיי נישט געגעבן קיין שום פרוף אויף זיין שטעלונג, ער האט זיי נישט געגעבן קיין באווייזן, ס'איז געווען אבי גערעדעט HERESAY בלשונם, אוןזיי זאגן קלאר אז ער האט בשום אופן נישט געוואלט גיין צו די אינסטאנצן מאסערן נפתלי'ן, ער האט פשוט נאר געוואלט אז נפתלי זאל נישט באקומען זיין געלט, סא, ער האט נישט גורם געווען אז מען זאל נפתלי'ן "אנהייבן" חושד צו זיין, ווייל זיי זאגן דאך קלאר אז מען האט עם שוין חושד געווען צוויי יאר פריער, ער האט זיי נישט געגעבן קיין שום קראנטע באווייזן, ווייל פשוט ער האט נישט געהאט, ער האט נאר געזגט אז לדעתו איז נפתלי פאראנטפאטלעך פאר די שרפה, און גיט עם נישט קיין פעני, יעצט אויב דאס הייסט מסירה, איז ער א מסור, אבער אנטשעלע, לדעתם פון אלע רבנים ודיינים, הייסט דאס נישט קיין מסירה, דו קענסט שרייען פון היינט ביז איבער פורים אז זיי זענען מוסרים, דאס מאכט זיי נאכנישט פאר קיין מוסרים, SORRY,
פראגע נומבער 2 איז זייער קאמיש, דו ברענגסט א ראי' פון א צייטונג, WHAT A JOKE,
האסטו שוין אמאל מיט געמאכט פערזענדליך א געוויסע נייעס וואס דו האסט געזעהן FIRST HAND, און דאס דערנאך געליינט אין א צייטונג? איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אז א צייטונג זאל שרייבן א נייעס וואס איך האב אליין מיט געמאכט און געזען און זיי זאלן דאס שרייבן אן קיין גרייזן, זיי שרייבן כסדר בויך סברות, זיי שרייבן סטעיטמענטס וואס מאנכע געבן דארט אריין אסאך מאל מיט געוויסע אינטערעסן, בקיצור א צייטונג ארטיקל, איז נישט באגלייבט אין ערגעץ, נישט אין קארט און א וודאי נישט זיי צו מאכן פאר מוסרים,
אמת אז ביים סך הכל ווען דער שופט רעדט איבער דעם גאנצן קעיס, רעדט דער שופט פון זייער עדות אז דוד בן נפתלי האט געזאגט JOB WELL DONE, אבער זאג נאר, אויב איז דאס געווען אזא וויכטיגע עדותשאפט, פארוואס האט מען נישט באשולדיגט דעם דוד שלעזינגער, ווי דער פראסעקיוטער האט פארלאנגט?, און פארוואס רעדסטו דווקא נאר פון דעם איינציגן סעיטמענט פונעם שופט, און פונעם סטעיטמענט אז אויב ווארפט מען גענצליך ארויס די טעסטימאני פון אביגדור שלעזינגער און
ישראל מיילך שוויממער, וועט זיך גארנישט טוישן, און נפתלי וועט נאך אלץ געפונען ווערן שולדיג, הא?, ער רעדט
היפש אסאך, זייער זייער אסאך, פון ווייזער ווי ער האט סותר געווען נפתלי'ס עדות אז מענטשן האבן דארט גערייכערט, און אז דארט איז כסדר געווען FLAMABLE פראדאקטן, און דער ווייזער האט דאס קאטאגאריש אפגעווארפן,
נפתלי האט געטענה'עט אז די טיר איז געבליבן אפן יענעם אויף דערנאכט, און ווייזער האט עם אפ געוואנדן אז ער איז
זיכער אז ער האט פארשפארט די טיר, אלזא נפתליס פראבלעמען זענען געווען בעיקר די טעסטעמאני פון ווייזער און נישט פון אביגדור מיט ישראל אלימלך, די סטעיטמענט פון אביגדור האט ער גאנץ גרינג געקענט פארווישן און זאגן סברות וואס ער האט געקענט מיינען מיט די ווערטער JOB WELL DONE, אבער ווייזערס קלארע טעסטימאני האט ער נישט געקענט פארענטפערן אדער פאר וואסערן,
דאס איז קלאר אז אן ווייזער'ס עדות, אפילו מיט די עדות פון אביגדור מיט ישראל אלימלך וואלט נפתלי נישט געפונען געווארן שולדיג אין ארסאן, סא, סטאפ שוין אנצופירקלען דיינע תגובות מיט איינזייטיגע באשולדיגונגען וואס יעדער זעט אז ס'איז נישט
אויפריכטיג נאר מיט א שנאה גלוי' צו די נעפיוס,
און לאמיר נישט פארגעסן, נפתלי איז געפונען געווארן שולדיג אין 32 COUNTS, וואס אין 31 פון דעם האבן די נעפיוס זיכער
נישט קיין חלק, און די 31 באשולדיגונגען זענען זייער ערנסטע קלאגעס, פון מעיל פראד, בענק פראד, טעקסעס, גנבות, שווינדלערייען, פאלטשע קארפארעשאנס, פעלשן אינטערשריפטן וכדומה, וואס לאמיר שוין זאגן אז די נעפיוס האבן יא
גורם געווען אז מען זאל עם טרעפן שולדיג אויף ארסאן, (FOR ARGUMENTS SAKE) וואס מיינט איר וואלט נפתלי באקומען
בלויז פאר ארסאן אויב וואלט עאר נישט געהאט די אנדערע ערענסטע קלאגעס?, מאקסימום 5 יאר, איז דאך זיכער אז די אנדערע עדות האבן גורם געווען די איבעריגע 10 יאר, נו, ווי איז דיין וויי געשריי אויף דעם?, פארוואס ביסטו אזוי שנעל מוחל פאר די אנדערע עדות וואס האבן נעבעך גורם געווען אז נפתלי זאל באקומען אזא הארבן פסק?, נאאר הוא אשר דברתי, די ביסט נישט אויסן ארויס צו קומען מיטן אמת, די ווילסט נאר באשמוצן די נעפיוס פאר דיין אייגענע אינטערעס, וואס מיר האבן שוין אויבן קלאר איבערגעצייגט,
(אנטשי, איך פאר אוועק אויף א וואך פאר א ביזנעס טריפ, סא, איך וועל דיר נישט קענען ענטפערן, ווייל אויף מיין לעפטאפ האב איך נישט קיין אידיש, אבער דאס זאל דיך נישט צוריק האלטן פון צו ענטפערן צו ווייזער וחבריו זענען מוסרים צו נישט),
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2006 19:38 |
|
| |
מר. בערקאוויטש, און אויף ר' אשר אנשיל, שלום וברכה מר בערקאוויטש שרייבט און ר' אשר אנשיל ברענגט דאס אראפ נאכאמאל ""העבר _אין,
בעצם פיין געשריבען, איך וויל אבער מיט דיר קודם עפעס אויסשמועסן און
אדרבה לאמיר הערן צו בין איך גערעכט צו נישט, די טראגסט זיך אן צו זיין א
פארטרעטער פון משפחת ר' יצחק ש. נו בעצם נישט קיין שלעכטער רעיון,
נאר ראשית לאמיר קלאר מאכן וואס דער שמועס איז דא און זעהן טאקע צו
מען קען האבן א דעבאטע ווי ערוואקסענע מענטשן.
""
יעצט לאמיר איבערשרייבן "נאכאמאל" וואס "איך" האב געשריבן אלץ מיין אויספיר
""דעריבער טייערער בערקאוויטש, אויב ווילסטו באמת, אדער סיי ווער, אפמאכן איינע פון די צוויי מהלכים איינס, די גאנצע פרשה, ווי פארשטענדליך מיט די מאקסימום פאקטן און דאקומענטן צוויי. די עדות שאפט פון "יעדן" און טאקע נאר מיט דאקומענטן
בין איך גרייט צו זיין דא דער פארטרעטער פון משפחת בני ר' יצחק ""
יעצט לאמיר דאס מסביר זיין, מר. בערקאוויטש, און אפשר אויך ר' אשר אנשיל אויב איז עס מסכים צו מר. בערקאוויטש אויב ווילט איר, אז א ליינער דא אויף הייד פארק זאל האלטן אז איין צד אדער דער אנדערער האט נישט אדער וויל נישט ענטפערן, זעהט מען עס קלאר [עכ"פ אין מייןמיינונ] אויב איז ער גריט צו דעבאטירן, ווי מענטשן צווישן מענטשן, ווי איינער מיטן חבר אין ביה"מ, אין ארבעטס פלאץ
אויב דערקלערט מען אבער, אזעלעכע סטעיטמענטס - בלשון פראגע ווצב"ש "יך וויל אבער מיט דיר קודם עפעס אויסשמועסן און אדרבה לאמיר הערן צו בין איך גערעכט צו נישט"
וויל איך דיר ענטפערן מר. בערקאוויטש, דאס מיינט [לויט מיין פארשטאנד] אז דער שרייבט פון אזעלעכע ווערטער איז נישט מסכים צו די פארשלאג נאר וויל פארשלאגן א פרישע פלאן, און "מן הסתם" ווייל די ערשטע פארמאטן איז אים [זייער] נישט באקוועם
דעריבער מר. בערקאוויטש און אשר אנשיל לאמיר מסביר זיין פארוואס מיין פארשלאג, און איך צוטיר פון מיר אליין
""ווייל אויב זאל מען קומען צו די מיינונג אז נפתלי איז באמת
בעל הבית, און ער האט נישט אויסגעטאן נאקעט ר' יצחק, פון זיין געלט, האט
און גוטס, דאן איז ווי פארשטענדליך אז גיין אנקאלן די אינשורס קאמפאני און
זיי זאגן, מיר ווילן טאן אלעס וואס מעגליך אז איר זאל דעם נפתלי נישט
געבן קיין דאלער, איז מסירה [הלכה'דיג] רשעות און רציחה און וואס נישט""
און פון די צווייטע זייט, ווייטער מיין ציטאטע
""באמת זענען זיין געווען שותפים, און נפתלי אלץ גבר אלים,
האט פשוט געטאן מיט ברודער די ארגסטע וואס מען קען, אוועק נעמען די געלט,
זיכער מאכן אז טראץ וואס ר' יצחק איז ביטער קראנק געווען זאל ער נישט האבן
קיין אינשורס, די לייף אינשורס האט ער איבערגעשריבן און עס אויסגעליידיגט,
די נכסים האט ער אוועקשפאצירט דערמיט און די ליסט גייט ווייטער בנו החביב
האט פיזיש טעראזירט זיין שכן שווימער חתן ר' יצחק, עד אין שיעור וארך, און
בני משפחת ר' יצחק זענען געגאנגן צו בתי דינים, רבנים, עסקנים און
קיינער האט זיי נישט געוואלט אדער געקענט העלפן, דאן איז זייער גרינג צו
קומען צו א מיינונג אז גיין צו די אינשורס קאמפאני איז געווען 'מותר
לכתחילה' [הלכה'דיג] דזשאב וועל דאן, ערליך פארדינט, און עס איז מעגליך אז
אפילו גיין לכתחלה צו די רעגירונג, פייער דעפארטמענט, גרענד דזשורי,
פאליציי, דיסטריקט אטורני, איז אויך נישט קיין עבירה, סיי אלץ גבר אלים,
סיי אלץ לא ציית דינא, סיי אלץ מוסר מותר למסרו, און די גאנצע הכצעקתה האט
מיט קיין הלכה נישט קיין שייכות""
אין קורץ אידיש, עס איז מעגליך, אז מיין טענה וועט זיין יא, משפחת ר' יצחק האט געטאן די אלע זאכן, אבער 'אין מיין מיינונג' האלט איך אז זיי האט "געמעגט און געדארפט" עס טאן
ווי פארשטענדליך, ווענד זיך וואס איז געווען פארדעם, האסטו שוין אמאל געזעהן/געהערט די מימרא ""אין חטפי ודידי חטפי"", עס איז מעגליך אז משפחת ר' יצחק איז "שולדיג" אין האבן געטאן די פאקטן אבער זענען נישט "שולדיג" אלץ די ווארט שולדיג אין א עבירה אדער עוולה
דעריבער נאך איין מאל מר. בערקאוויטש און ר' אשר אנשיל
אויב ווילסטו באמת, אדער סיי ווער, אפמאכן איינע פון די צוויי מהלכים איינס, די גאנצע פרשה, ווי פארשטענדליך מיט די מאקסימום פאקטן און דאקומענטן צוויי. די עדות שאפט פון "יעדן" און טאקע נאר מיט דאקומענטן
בין איך גרייט צו זיין דא דער פארטרעטער פון משפחת בני ר' יצחק
אויב זענט איר נישט גרייט, מיינט דאס ביי מיר, אז עס איז נישטא - אויף הייד פארק עכ"פ זיכער - איינער פון די זייט פון ר' נפתלי וואס איז גרייט די אישו דורכצוטאן געהעריג, פולשטענדיג, אויף א נארמאלע פארמאט
[אנטשולדיגט פארן פארשפעטיגן מיט מיין ענטפער, איך בין נאר א גאסט דא, מיין ארבעט ערלויבט מיר נישט צו זיין דא א 'פול טיים' מעמבער
 |
|
|
|
|
|