איך הער אז די מעשה איז נישט אזוי פשוט,
נעכטן נאכמיטאג איז די הנהלת הישיבה אריבער געקומען צום רבין שליט"א אין זיי וואונונג אויף בעדפארד עווניו, תיכף נאכן שינת הצהרים, און געבעטן דעם רבין ער זאל מוחל זיין או תיכף ערלעדיגן דעם פערמיט ווייל ס'איז כלה כל הקיצין, די בחורים דרייען זיך אין די גאסן זיי מאכן א שרעקליכן שלעכטן נאמן פאר די ישיבה, ווי אויך מאכן זיי אן שרעליכע חרבנות אין די ישיבה, אלזא דער רבי דארף שוין תיכף ומיד ערלעדיגן דעם פערמיט,
דער רבי שליט"א בענוות קודש האט גענטפערט, התחת אלקים אנו, קען איך דען ערלעדיגן די זאכן, איך בין דאך נישט קיין קאמישאנער אין די בילדינג דעפארטמענט, האבן זיי גענטפערט , אז יאנקל פעקעטע איז אצינד אין די בילדינג דעפארטמענט און זיי ווילן בשום אופן נישט באשטעטעיגן דעם סי עף או, און מיר אלע ווייסן דאך אז דער רבי האט א גרויסן כח, ער מישט אויל אין די איי מיט צוויבל אויף בעדפארד עוועניו, און גרינפעלד טרעפט אויל אין אפריקע, זאל דער רבי וויסן אז לא עת לחשות, דער רבי זאל נישט פראווען קיין עניוות, דער רבי זאל אינטערשייבן דא דעם פערמיט און מיר גלייבן באמונה שלימה אז דורך דעם וועט דאס ווערן ערלעדיגט, דער רבי שליט"א גיט זיך א פארגלייז די אויגן, ווארפט זיך אויף צוריק צו וועגס, און גיט א שריי אויס, גיט אהער א שטיקל פאפיר מיט א פעדער, דער רבי וואשט זיך דעם פנים, (געדענקט דאס איז דאך געווען גלייך נאכן שלאף), טיט זיך אן דעם גארטל, זעצט זיך אנידער און שרייבט מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות PERMIT APPROVED, און וואס זאל איך אייך זאגן רבותי, ווי נאר דער רבי שליט"א ענדיגט דאס שרייבן קלינגט אן יאנקל פעקעטע פון בילדינג דעפארטמענט מיט א גרויסן מזל טוב, אז דער קאמישאנער האט נאר וואס אינטערגעשריבן דעם סי עף או, דער נארישער יאנקל פעקעטע האט זיי מסביר געווען ווי קלוג און קונצליך ער האט געארבייט מיטן קאמישאנער, האבן עם די הנהלת הישיבה געזאגט, שוטה איינער דער קאמישאנער האט דאס אינטער געשריבן?, דער רבי זאל זיין געזונט האט דאס אינטערגעשריבן... מיר האבן געזען א מפת פאר אונזערע אויגן, און דער רבי האט מיט גרויס ענוה צו געשאקלט מיטן קאפ,
 |
|
|