אנאליזירער
אויב איז עפעס א פאקט, איז דאס נאר אז 90 פראצענט פון אנטיסעמיטיזם וואס ווערט היינט געטאן איז קעגן די מדינה
וואס איז דאס "גורם" איז ריין סברא און שפעקולאציע
און לפי די געווענליכע תורות וואס די עקסטרעמיסטן ביי אונז נוצן מוכיח צו
זיין אז זיי זענען די איינציגע ערליכע יודן, זענען לכאורה די מדינה יודן
די איינציגע אמת'ע יודן היינט, פארוואס דען האט מען זיי אזוי פיינט......
דיין צושטעל צו היטלער ימ"ש איז קיין צושטעל
דער מער גלייכערע צושטעל איז ווען א יוד וואס וואינט אין ענגלאנד בשנות
1939 וואלט געקעמפט אז צ'עמבערליין אין נישט צ'ורצ'יל זאלן פירן דאס לאנד,
כדי דער היציגער צ'ורצ'ל וואס אויף עם איז אפשר דא האפענונג ער זאל קענען
באזיגן היטלער גענצליך, זאל ח"ו נישט צו שטארק אויף רייצן דעם היטלער
|
|