א היימישע 'ילדי תימן' מעשה?!
גאנץ ניו יארק איז אויף געווען דעם שבת אז א געוויסע חשוב'ע משפחה אין ניו יארק איז געוואויר געווארן אז זיי האבן באקומען א נייעם ברודער, פון 58 יאר אלט!
לויט די שמועות איז יענער אויפגעוואקסן אלס גוי גמור, יעצט פאר זיין 'מאמע' איז געשטארבן, האט זי אים מגלה סוד געווען אז ער איז באמת געווען אן אדאפטירטער קינד פון ארץ ישראל, און האט געהייסן מ.
ער איז געפארן קיין אר"י זיך נאכפרעגן און ער איז געוואויר געווארן אז דאס איז ריכטיג, און באמת איז ער א זון פון הרה"ח ר' נ. מ. ני"ו פון וויליאמסבורג!
לויט די שמועה האט ר' נ. באשטעטיגט אז ביים אנקומען קיין אר"י האט ער געהאט אזא פרשה אז מ'האט אים געזאגט אויף זיינס א קינד וואס איז געווען קראנק אין שפיטאל אז ער איז געשטארבן.
יעצט ווארט מען אויף די DNA רעזולטאטן וואס ברויכן צוריקקומען דעם מאנטאג, און דערווייל איז די חרדי'שע ניו יארק אויף רעדער.
_________________
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 12/12/2006 1:56:36
|
|