בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

א באזוך אין לאנדאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/12/2006 17:28 לינק ישיר 
א באזוך אין לאנדאן

 

אנקומענדיג צום היטרו עיר פארט איז כמעט אלץ געגאנגען ישירה, חוץ איינמאל ביים זיגלען די פאספארטן האבן זיי מיר געפרעגט משוגענע שאלעס, זיי האבן אנגעהויבן נאכמאכען אמעריקא אז מ'לאזט נישט אריין קיין שנארערע'ס פון ארץ ישראל, איז האבן זיי מיר אויך געפרעגט די סיבה פארוואס איך בין געקומען, און כ'האב זיי געזאגט כ'בין געקומען צו א חתונה, און די חתונה איז טאקע היינט נאכט, איים גאינג סטרעיט פרום היר טו דע וועדינג, איף יו וואנט יו קען קאם וויט מי ענד יו גייז וויל העב א לאט אויף פאן.

פרעגט מיר ווייטער דער שחור דארט, יו העוו ע אינווטעישן? איך נעם גלייך ארויס פון מיין הענדלאגידזש א הזמנה און איך זאג עם היר יו גא סער.

ער דרייט עס אהער, און אהין און קוקט אויפדעם ווי דע הינדל אין בני אדם, איך זאג עם לוק, דיס איז דע דעיט איטס טודעי, רייט? ער שמייכלט, פרעגט ער ווייטער האסט עפעס א פראוו אז דו וואוינסט אין ישראל, (איך בין נישט קיין ישראל סיטיזן) זאג איך מיט א שמייכל אין איזריעיל יו דאנט ניד נאטינג, ג-ט געיוו איזריעל טו דע דזשאיש פיפל ענד הו עווער וואנטס טו סטאדי דע האלי בייבל קען דו איט דער, יו דאנט ניד א סעטיפיטיקעט קארד פראם דע גאווענער דער.

ער האט געלאכט און מיר געלאזט גיין, איך האב עם געזאגט גאט בלעס יו ענד לאנדאן.

צו מיין מזל איז מיין רענצל אנגעקומען פון די לעצטע אין די הויט האט מיר געברענט (נישט ממש) איך וויל דאך אנקומען צום חתונה ווי פריער.

 

ענדליך די רענצל איז מ'גייט צום ווען, דער דרייווער פאקט אריין די רענצלעך, און מ'פארט, אין ישראל די צייטן איז פיין ווארעם, און אין לאנדאן קעגן ישראל איז פריזינג, און גארנישט דער דרייווער פארט מיט פיינע לופטיגע אפענע פענסטער'ס, און איך פריז פאר קעלט, איך האב עם געבעטן צו מאכן די פענסטער ער טוט א טובה מאכט עס צו פאר א האלבע מינוט איך עפענט צוריק.

זאג איך עם נאכאמאל אנטשולדיגט עס איז מיר קאלט. האט ער אנגעצינדן די סטים און האט געפענט אלע פענסטער'ס פון ווען.

איך האב מיר אויפגערעגט אויף עם'ן און איך זאג עם אנטשולדיגט מיסטער עס מיר קאלט, פארשטייט מיר, שוין האט ער צוגעמאכט די פענסטער און געלאזט גיין די סטים, און ער האט אנגעצינדן א טעיפ, נישט מיר, נישט דיר נישט, ער נעמט זיך שאקלען אינמיטן דרייוון מיט א געשמאק לויטן ניגון פון טעיפ, און קלאטשט מיט ביידע הענט כאילו ער איז יעצט ממש אין ביהמ"ד ווי זיין רבי זינגט.

מ'פארט, מ'פארט, מ'האט זיך אפגעשטעלט ביי א רויטע לייט, און ס'איז שוין גרין יעדער פארט, איך געב א קוק אויף עם זעהן וואסיגעשעהן, און נישט מער און נישט ווייניגער ער שלאפט, איך האב געגעבן אזא הויכע מאך מיטן מויל עההם עההעם און געזאגט ס'איז גרין, ער האט זיך דערכאפט אין שיר נישט צוקראכט מיט מיר אינאיינעם, ער געט זיך אט רעג אויף, לעשט אויס די סטים עפענט אלע פענסטערס און גארנישט, ער פארט ווייטער, מיינט עטץ אז ס'האט געהאלפן דא לעשן די סטים און פענסטער עפענן ער זאל נישט איינשלאפן? א מכה!.

פיינעלי איך בין אנגעקומען צום חתונה, איך צאל עם וואס ס'קומט זיך (פארשטייט זיך אויך מיט א פאר גוטע ווערטער פאר זיין אויפירינג אויפן וועג) און איך גיי מיר אריין צו יסודי התורה האלל,

איך בין שוין אנגעקומען היבש אינמיטן טאנצן אבער דאך (כמעט) גארנישט פארפאסט ב"ה.

 

פארן מצוה טאנץ האט מען געשמועסט אז ס'דארף זיך ענדיגן פונקט 2:30 ווייל די לעקטער'ס ווערן אויסגעלאשן אוטומאטיש, און א גאנצע מצוה טאנץ האט מען געיאגט, און מ'האט טאקע גענדיגט פונקט צוויי דרייסיג, בערך א מינוט נאך וואס מ'האט גענדיגט הערט מען ווי א ווידער קאל און א אוטומאטישע מענטש רעדט און איז מודיע אז די לייטס גייען זיך אויסלעשן, און נישט מיר נישט דיר, די רוב לייטס האבן זיך אויסגעלאשן, און בערך 2:40 איז שוין געווען ממש טונקעל אין האלל.

 

מיינע רענצלעך זענען געווען אין האלל ווי אויבן געשריבן בין איך געקומען גלייך צום חתונה, און געווען איז דארט א ווען וואס האט אהיימגענומען די משפ' און כ'האב געבעטן ער זאל אריינלייגן מיין רענצלעך אין די בעק, זאגט דער דרייווער (אויך מיר א חכם) אז די ווען איז נאר פאר מענטשען און מ'קען נישט לייגן קיין לאגידזשעס דא, פרעג איך פארוואס נישט? זאגט ער נאכאמאל מיט א פעסטקייט אז די ווען איז נאר פאר מענטשען און מ'קען גארנישט לייגן חוץ דעם, אז מ'לייגט עפעס אנדערש קען געשעהן א פלעט (חחחחחחחח חחח) האב איך געלאכט, טאקע אזוי משוגע צו זיין, מענטשען קען מען לייגן מער ווי זיץ פלעצער און א צוויי קליינע רענצלעך קען מען נישט לייגן?!, שוין גיי טענה דיר מיט א לאנדאנער.

 

די וועטער דארט איז מורא'דיג, א מינוט רעגנט און צוויי מינוט נישט, קען אמאל זיין א שיינע זון אינדרויסן און ס'איז ביטער קאלט, אדער  אסאך מאל ווען ס'איז דא א זון מ'גייט ארויס א שיינע וועטער פארוואס נישט, און פלוצלינג לאזט זיך אראפ א גאס אז נישט נארמאל.

און אסאך מאל קען זיין סתם א טאג א פאר מינוט רעגנט און אפאר מינוט נישט.

 

ווי באוויסט אז אין לאנדאן דרייווט מען פארקערט ווי די גאנצע וועלט, איז פארשטייט זיך אז ווען מ'גייט אריבער די גאס דארף מען אויך קוקן פארקערט ווי מ'איז צוגעוואוינט, אוקיי צו דעם האב איך מיר גאנץ שנעל צוגעוואוינט א דאנק די כמעט עקסידענט'ס וואס כ'האב געהאט דארט היבש אפאר מאל.

אבער למעשה דארט אין לאנדאן איז קיין איין גאס נישט גלייך, ס'הייסט ווען דו שטייט ביי איין עק גאס קענט איר נישט זעהן די צווייטע עק, אדער ווען איר שטייט אינמיטן קענט איר נישט זעהן ביידע עקן פון די גאס, און אפי' ווען מ'קוקט שוין יא גוט קומט איינער אפיר ווי פון א מערה ארויס, אזוי אז מ'מוז געפערליך אכטונג געבן דארט ווען מ'קראסט, געגאנגען בין איך אפאר מאל אויף קלעפטן קאמען די זייט קעגן טווענטי סיקס און דארט איז דא ביי איין חלק פון די גאס א באס לעין, און צו דעם בין איך נישט געווען צו געוואוינט, איך קוק און קוק אויב מ'קען אריבער גיין און פלוצלינג קומט א באס פון די זייט מיט משונעדיגע געפייפעכטץ אזאש אז ער וואלט מיר רואיג געקענט אראפ קלאפן, אזוי איז מיר געשעהן אפאר מאל.

עס איז דארט אינמיטן די גאסן אזוינע טרעפיק לייטס וואס ווען מ'דרוקט עס ווערט עס גלייך גרין, אבער מ'דארף שטארק אכטונג געבן ווייל אסאך מאל קומט איינער צופליען אפי' ווען ס'איז שוין רויט פאר עם, סתם אזוי איז אויך א געשמאק ווען מ'גייט אריבער פון אזא טרעפיק לייט צו קוועטשען די קוועטשער דזשאסט פאר די פאן אויף איט.

 

אין לאנדאן איז דא צוויי מיני חריין.

איינס זייער א שארפע אז מ'קען דאס קוים אין מויל נעמען, נישט די חריין איז שארף, נאר ס'ליגט לכאורה עפעס מער אינדעם, ווייל ס'מער זאפטיג פון די נארמאלע, נאך לאנגע אויספארשונגען בין איך געקומען צו די החלטה אז דארט ליגט אסאך עסיג און דאס וואס ס'מאכט עס שארף.

נאכדעם איז דא א נארמאלע חריין וואס מ'קען יא אין מויל נעמען.

 

נאך א אינטרעסאנטע פארקערטע זאך וואס איך האב געמערקט אין לאנדאן, אין די גאנצע וועלט אויף א "כשר לפסח" פראדאקט שטייט 'כשר לפסח' און אין לאנדאן שטייט אויף די פסח'דיגע פראדאקטן "כשר על הפסח" זיי האבן פשוט איבערגעטייטשט פון "כשר אויף פסח" צו לשון הקודש, און נישט ווי יעדער שרייבט כשר צו פסח.

 

לאנדאן האט איינע פון די גוטע זאכן וואס קיינער אין די וועלט האט נישט, און דאס איז די מידה פון סבלנות, ווער עס וויל ארבעטן אויף די מידה וואלט איך עם מייעץ געווען צו פארן קיין לאנדאן אויף א שטיק צייט, דארט קען מען זיך לערנען אט די מידה.

מעשה # 1.

א קאר האט געמאכט א יו טורן אויף קרעוון וואלק ביי לינגוואד רד. געזעהן האב איך פון ביידע זייטן שטייען פיל מיט קאר'ס קומענדיג פון קלעפטין קאמען, און פון די וואסער זייט דארט,  און קיינער פייפט נישט אז ער זאל עס מאכן שנעלער אדער ער זאל זיך רוקן, יעדער זיצט ביי זיך אין קאר און ווארט יענער זאל ענדיגן מאכן זיין יו טורן.

מעשה # 2 .

קלעפטין קאמען איז א גרויסע גאס און אויך היבש א ביזי גאס.

איז דארט געווען א גרויסע טראק וואס האט געמאכט א יו טורן לעבן ווישניץ מאנסי, ער פארט אהער, פארט א הין, בעק'ט, פארט, בעק'ט, פארט, אזוי היבש אפאר מאל, און פארשטייט זיך מיט די צייט ווערן קארס פון ביידע זייטן, און גארנישט, קיינער פייפט נישט.

מעשה # 3 .

ביי די טרעפיק לייטס סטעמפערד היל & קלעפטין קאמען האט מען געמאכט קאנסטראקשן'ס, איז דער וואס איז געשטאנען דארט מיטן גראבן דריל צו אויפהאקן די ערד האט געטון זיין ארבעט, אבער ווען ס'איז געווען גרין פאר די מענטשען האט ער זיך אפגעשטעלט און געווארט ביז יעדער גייט אריבער דארט, און ווען יעדער איז אריבער האט ער ווייטער געארבעט, געווען איז א מענטש וואס איז אריבער ווען פאר די מענטשן איז געווען רויט, און ווי נאר דער דרילער האט עם געמערקט האט ער אויפגעהערט צו דרילן און געווארט יענער זאל אריבער גיין.

מעשה # 4 .

אין סאטמאר טווענטי סיקס בויעט מען איבער די מקוה.

געווען איז דארט א טראק וואס מ'האט אראפגענומען די נייע טייל'ס פונעם טראק, זיי האבן גענומען איינס אויף אמאל, און אפאר מאל מיט א וועגל אפאר אויפאמאל, אבער ווען זיי זענען אנגעקומען צום טיר מיטן וועגל און מענטשען זענען געשטאנען ביים וועג האבן זיי געווארט ביז יעדער רוקט זיך אן צו זאגן עקסקיוזמי, און די זעלבע זאך ווען זיי האבן געשלעפט די טיילס מיט די הענט, אוי האב איך געלאכט, איך האב מיר געהאלטן אינמיטן צו בינדן מיין שיך, און איך זעה ווי א גוי שטייט נעבן מיר מיט א פעקל טייל'ס און ווארט איך זאל מיר ענדיגן צובינדן די שיך......

מעשה # 5 .

ווען א בייק פארט אויפן גאס ווי די קאר'ס פארן, פארן די קאר'ס אונטער עם שטייטערהייט, (די זעלבע זאך האב איך געזעהן אין אנטווערפן מיט יארן צוריק. און ביי מיר איז אויך געווען בשעתו א מעשה אין אנטווערפן, איך בין געפארן מיט א בייק און פלוצלינג אזוי אינמיטן פארן האב איך געמערקט אז א באס פארט אונטער מיר, און איךהאב מיר זייער געווינדערט פארוואס ער פייפט נישט כדי ער זאל קענען אריבער פארן, אבער ווי באלד כ'האב געזעהן אז ער פארט אונטער מיר שטייטערהייט האב איך נאכגעלאזט מיין ספיד און געפארן שטייטער J און גארנישט ער איז נאכגעפארן שטייט ביז איך האב מיר גערוקט) ביז ער רוקט זיך.

 

איך האב זייער הנאה געהאט דארט אין לאנדאן, רואיגע מענטשען, יאגן זיך נישט, ס'איז גוט צו באזוכן דארט, איך רעד שוין נישט פון די אינטרעסאנטע זאכן וואס לאנדאן פארמאגט.

אויך איז מיר געווען אנגענעם זיך צו באקענען מיט צוויי 'חדשות אנש' שרייבער'ס.

אגב דערמאן איך זיך יעצט אז, ביי איינע פון די שבע ברכות האט מען גערעדט פון די "היימישע קרעטשמע" און פון "הייד פארק" איך בין געזעצן דערנעבן און נאר צוגענייגט אַן אויער אָן זיך אריינצומישן..

 




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2006 21:11 לינק ישיר 

העי יו דו קאלעגע, אזויפיל נישט צו וויסן צו טוהן פאר א קאלעגע אז מ'פארט אוועק?

אבער איך קלער צו מיר אז מסתמא האסטו געוואלט מאכן א סורפרייז, אהה אוקעי דאס קען איך שוין פארנעמען.

הגם נישט נאר פארנעמען, ווייל נאר אזא מאמר/ארטיקל האט זיך אלעס געלוינט, דיין סטיל אין שרייבן ברענגן מיר ארויף נאסטעלעגישע זכרונות פונעם אלטן אמאל, ווען דו פלעגסט מער שרייבן וויפיל דו שרייבסט לאחרונה.

איך וואלט אין דיין פלאץ געבליבן שלאפן אין זאל, אזוי וואלט איך נישט מיטגעמאכט די אפקומעניש וואס דו האסט זיך איינגעקויפט דארט מיט די פעקלעך.
די מעשה אין אנטווערפן מיט די בייק, איז טיפיקעל דו.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2006 23:30 לינק ישיר 

שלום עליכם

ביסט שוין אהיים געפארן? אז נישט אפשר ברענג פאר מיין זון א דאבל באס?

 דיין שרייבען איז מלא טעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > א באזוך אין לאנדאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext