היינט זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א רירענדער פתיחת הבנין פונעם פראכטפולן בנין החדש פון די סאטמארער ישיבה גדולה אין קווינס.
עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער סאטמארער רבי שליט"א מיט די הנהלה זענען אנגעקומען אינעם אלטן בנין און ארויסגענומען די ספרי תורה.
פון דארט זענען זיי געפארן צום נייעם בנין וואס געפינט זיך בערך א 5 מינוט
צו פארן. ביים נייעם בנין האבן אפגעווארט די קרוב צו 700 בחורי הישיבה.
ווען די ספרי תורה זענען אנגעקומען אין נייעם בנין איז מען אריין אין
ביהמ"ד און געטאנצן עטליכע מינוט. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אחיו
הגדול הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א צו זאגן לדוד מזמור. דערנאך האט מען
צוגעשטעלט כיבוד און לחיים.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליטא צוריק אריינגעקומען און ר' שלמה יעקב
געלבמאן נ"י האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה און באגריסט די עמודי התווך
פונעם נייעם בנין וועלכע האבן זיך בייגעשטייערט אסטראנאמישע נדבות.
דערנאך האט מען געהערט א קורצע דרשה פון הרב ר' עזריאל גליק שליט"א משב"ק ביי מרן רביה"ק און מרן רבינו הגה"ק זי"ע.
דערנאך האט מען געהערט די דרשה פון רבי'ן שליט"א לכבוד דעם פתיחת הזמן.
ביים סוף פון די דרשה האט דער רבי שליט"א געמאלדן אז ער האט באשלאסן אז די
ישיבה גדולה וועט טראגן דעם נאמען "מתיבתא ברך משה" לזכרו הבהיר פון רבינו
הגה"ק זצוק"ל וועלכער האט איבערגעפלאנצט די ישיבה גדולה דא אין שטאט און
האט זיך כסדר געזארגט פאר איר הצלחה
מהרז"ל מסאטמאר איז דער גרעסטער לוזער צווישן די קווינסער בחורים. זיי האבן נישט קיין שום רעספעקט פאר אים. ווען ער קןמט אריין אין היכל הישיבה פון קווינס, קיינער שטעלט זיך נישט אויף פאר אים, קיינער ווארפט נישט אראפ דעם ציגראטעל, און עס איז זייער פארשטענדליך. אז מ'האט נישט פאר איהם קיין רעספעקט.
_________________
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 02/03/2007 21:42:50
_________________
נשלח ב-28/2/2007 21:37
לויט ווי איך הער גייט מען ארויף ריקען די סיין בין הזמנים.
נשלח ב-26/2/2007 21:09
ווי עס קוקט אויס האט ר' זלמן נישט אויסגעפירט און די סיין גייט נישט ארויף.
די זופניק מיט די יאקאבאוויטש האבן אויסגעפירט, עס הענגען אין קווינס ישיבה טאוולעך פאר כל צרוע וכל זב, ווי משה טארעם, די רעביצן אלטא פייגא, שמעון ווייס ווייב, אברהם לייטנער'ס מאמע, משה שמואל זופניק שוויגער, יעקב נחמי' יאקאבאוויטש, יושע מרדכי ליבערמאן וכו'
אבער רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איז לא יזכר ולא יפקד.
ווייל דער אמת אזי אז די אלע חברה האבן געוואלט אז אין קווינס זאל א ישיבה זיין.
אבער רביה"ק בעל ברך משה האט זיכער נישט געוואלט.
נשלח ב-23/2/2007 18:25
דער שולחן הטהור פונעם בעל דברי יואל ז כותו יגן עלינו איז געווען א פארטייאישקייט אדער א רוחניותקייט?
זיינע טישן בכל ליל שבת קודש האט מען אויך באיקאטירט? נאר וואזשע דען? מען האט נישט קיין חשק און רצון צו גיין צו אןע ם הארץ וואס יעדער מגיד שיעור און משגיח אין קווינסער ישיבה האט מער תורה און יראת שמים אינעם שיך בענדעל ווי ער אין קאפ
_________________
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 27/02/2007 1:40:12
_________________
נשלח ב-23/2/2007 16:06
איך זאג אויך "ראו מה בין בני לבן חמי."
ביי אייך איז גיין צום רבי'נס טישן און דרשות נישט מער ווי "בויען אן ארמיי פארן חסידות און אנלערנען אהרן ט"ב".
ביי אונז איז עס "א זכי' צו וואס מער זיך צוקוקן די עבודה פון א צדיק צו איבערגעבן פאר די דורות הבאים".
נשלח ב-23/2/2007 06:27
אז איך בין נישט דארט געווען קען איך מיר נישט טענה'ען מיט דיר און איך מוז דיר גערעכט געבן (אנדערש ווי דו וואס דו וועסט דיר האלטען ביי דיינס אפילו דארט ווי דו ביסט נישט געווען אפילו אין בייזען חלום), אבער איך זעה נאכנישט ווי אזוי דו ציסט אזוילכע מסקנות פון דעים, סוף כל סוף איז עס א נארמאלע זאך אז זיי האבען שוין געגעסן די סעודה אינאיינעם און געהערט תורה, דארף מען נישט ווייטער אפזיצען פריש אין ראדני, מען דארף נאך אויפשטיין לערנען גמרא תוספות וואס איז א געוואלדיגע ענין פארן דאווענען, ובפרט שבת פארן דאווענען (שבת אינדערפרי האסטו אוודאימקיים געווען דעים "שינה בשבת תענוג", און נישט אריינגעפאלען אין ראדני צוצוקוקען די ריזיגע ציבור וואס גרייט זיך צום דאווענען מיט א בלעטל גמרא).
ובפרט, אז אין קווינס ישיבה פאדערט מען אינגאנצען נישט קיין פארטייאישע ענינים, אדרבא עס איז דארט אויסגעשלאסען בתכלית הריחוק, נאר לערנען דאווענען תורה ויראה און נישט מער.
ווי אזוי דרוקט זיך ר' נפתלי אלעמאל אויס אין זיינע דרשות: "די ישיבה איז נישט קיין ארמיי פארן חסידות".
א דוגמא, פאריגע וואך ווען רבי אהרן איז אריינגעקומען קיין בארא פארק, הגם עס איז נישט פון די איינציגסטע מאל, איז די גאנצע ישיבה אריינגעקומען קיין בארא פארק, אבער ווען רבי זלמן לייב איז געפארן קיין קרית יואל פארגאנגענעם זומער אויף שבת, איז ניטאמאל קיין 150 בחורים מיטגעקומען אויף שבת, אריינגערעכנט די איבער 130 בחורים תושבי קרית יואל.
ראו מה בין בני לבן חמי.
נשלח ב-23/2/2007 05:55
ליל שבת קודש פרשת שקלים יוכיח נאכדעם וואס די קווינסער בחורים האבן זיך אפגעגעסן די סעודה ברוב עם אין ויואל משה זאל זענען זיי אהיימגעגאנגען שלאפן און אים איבער געלאזט מיט זיינע פארענטשעס אין ראדני פוסט און ליידיג אבל וחפוי ראש ללעג ולקלס
_________________
נשלח ב-23/2/2007 05:31
שור שנגל
פון ווי ווייסטו אזוי גוט???
אגב, איך קוק דיר זייער ארויף, אלעמאל ענטפערסטו זייער צו דער זאך און צום פינטעל, קיינער קען זיך נישט פארמעסטן מיט דיר.
so when is the new sign going up on the new mesivta building
נשלח ב-17/12/2006 06:31
אברהם בער יאקאבאוויטש אין זופניק ברענען, נאכדעם וואס משה גבאי האט זיי אריינגעריקט, אין האט ער האט אריינגעלייגט א באשרייבונג דורך א. שטערן אין די גליון "העדה" אז מען גייט טוישן די נאמען פון קווינס אויף מתיבתא ברך משה.
נשלח ב-14/12/2006 01:00
די פייער פלאמעט אויף די העכסטע טענער!
אברהם בער יאקאבוויטש און משה שמואל זופניק, האבן פריער אנגעריפען משה גבאי אז טאמער ער שרייבט איין ווארט אין דער איד פון מתיבתא ברך משה, דעמאלס גייען זיי עפענען אן אייגן צייטונג.
ווי עס הייסט יעצט האט משה גבאי נישט קיין ברירה און ער גיט זיך אונטער צו זיי, און גייט מארגן אין דער איד נישט שרייבן קיין איין ווארט פון מתיבתא ברך משה.