בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: בירך משה טאוועל אראפגעבראכן היינט !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/12/2006 17:49 לינק ישיר 
ברעקינג: בירך משה טאוועל אראפגעבראכן היינט !

די מעשה איז שקר מיסודו, עס איז נישט ערלויבט צו פאוסטן שקרים.

אלע תגובות בנוגע דעם ענין וועט אויסגעמעקט ווערן, און דער אשכול וועט פארשפארט ווערן, עס איז שוין דא א אשכול בנושא.

מיט אנטשולדיגונג, און ביטע נישט שווער מאכן די ארבעט מיט פאוסטן מעשיות אויסגעזויגן פון ארבל.

תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 17/12/2006 23:56:33



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2006 20:23 לינק ישיר 

וואס איז דעם רבינ'ס לשון? קאנסט עס ארפברענגען? אפשר אריינסקענען ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2006 20:09 לינק ישיר 

מיט א שמייכל

ר' זלמן האט געזאגט פאר משה שמואל אז די מתיבתא ברך משה איז נאך משה שמואל, האט משה שמואל אים גענטפערט דעמאלס דארף עס הייסן מתיבתא דברך ממממששששהההה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2006 19:59 לינק ישיר 

אין די הקדמה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2006 19:54 לינק ישיר 

קאן זיין ווייל דארט האט מען פראקלאמיאט די גרינדונג פון די מדינה הטמאה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2006 19:48 לינק ישיר 

ווי שרייבט רביה"ק אין עה"ג אז קווינס איז פון די ערגסטע פלעצער אין אמעריקע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2006 19:31 לינק ישיר 

איך האב הנאה אז זיי האבן אראפ גענימען די נאמען פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע פון זייער ישיבה, וואס ער האט דאס קיינמאל נישט מייסד געווען, און נשיט געוואלט א ישיבה אין שטאט, און אוודאי נישט אין קווינס ווי ער שרייבט אין זיין הייליג ספר על הגאולה אז קווינס איז פון די ערגטסע מקמות זוהמות אין אמעריקא, עס איז א זכות פאר רביה"ק אז זיין הייליג נאמען איז אראפ פון קווינס.

נאר עס באדערט מיך אז זיי ווישן זיך אריין אין רביה"ק בעל ברך משה, וואס ער האט אויך נישט מייסד געווען די קווינס ישיבה, און ער האט אויך נישט געוואלט א ישיבה אין שטאט, נאר ביי די עלטער ווען ער איז נישט געזינט געווען פלעגען זיי אים אהין שלעפן, איך וואלט זיי געראטען אז זיי זאלן עס ריפען מתיבתא ברך משה דוועפרען, אפשר ווען דער ברך משה איז נישט געזינט געווארן האט ער עס געוואלט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2006 03:52 לינק ישיר 

וויפיל בחורים זענען בני יואל אין וויפיל זענען בני זואל?

לפי השמיעה אז זיי האבען אנגעגרייט סעקיאריטי אז טאמער עס ברעכט אויס געשלעג ח"ו,  נאר מען וועט זיי נישט זעהן זיי וועלען זיין געפארקט עטליכע גאסען אוועק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2006 03:13 לינק ישיר 

מ'שמועסט אז מ'האט געמאכט א פשרה אז מ'וועט ריפן די ישיבה "מתיבתא אלטא פייגא"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2006 00:35 לינק ישיר 

כדאי צו באמערקען אז אין דער איד האבן זיי געהאט געמאלדן פאר יאר אז מען גייט געבן די עס זאל
 אולם אלטא פייגא,
 וואס דאס האט מען צוריק געצויגען און מען גיט נישט קיין נאמען אין קווינס נאך איר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2006 00:06 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א פאשקאוויל וואס די בני יואל זאליס האבן אויסגעווארן כ"א כסלו




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2006 23:18 לינק ישיר 

נעכטן איז געווען א מיטונג ביי רז"ל אינדערהיים עס זענען געווען דארט שאול פערלשטיין יעקב כהנא שמואל טיטלבוים מרדכי יוסף פערל אברהם בער יאקאבאוויטש משה שמילאוויטש ליפא קרויס משה שמואל זופניק ליפא טייטלבוים יואלי שטערן.

מען האט זיך ארום געהרגט ביי די קעפ איבער די נאמען יעדער אויסער ליפא האבן געזאגט אז די נאמען ברך משה דארף אראפ גיין אין עס זאל זיין לא יפקד ולא יזכר, און טאמער נישט דעמאלס הערן זיי אויף צו געבן געלט און האקן אפ.

רז"ל מיט יעקב כהנא האבן זיך געבעטען צו זיי אז עס וועט זיין בזיונות אז מען נעמט אראפ די נאמען נאכדעם וואס רז"ל האט עס געמאלדן מיט אזא פאמפע, און יעצט מיז ער צוריק ציען, ער האט געבעטען אז מען זאל כאטשיג א נאמען געבן עפעס ברך משה ווי א שער צו די קאך, אז מען זאל קענען זאגן אז מען האט דעס געמיינט, אבער זיי האבן געזאגט בלא גארנישט! אין דער גאנצער קווינס ישיבה טאר זיין נאמען נישט דערמאנט ווערן.

זופניק האט געזאגט אז זיי זענען מסכים אז טרופ עוו. תלמוד תורה זאל מען מאכן א שער ברך משה אנשטאט אבער מער נישט. 

ליפא איז ווילד געווארן ער האט אנגעהויבען צו מאכן קולות אויף זופניק די ביסט א שונא פאר מיין טאטע איך וועל דיר ווייזן די ביסט נשיט בעל הבית, איך וועל נישט לאזן די זאלסט מיין טאטע מבזה זין, די האסט געניג בלוט געטרינקען פון מיין טאטע בחייו, זופניק האט אים גענטפערט די באם איינער ווען האסטו די לעצטע מאל געלייגט תפילין?

די צווייי האבן זיך צוהארגט אויף טויט, אינדערמיט איז מיכל ווייינגארטען אריין געלאפן און ער האט אנגעהויבען צו שרייען אויף אברהם בער און זופניק, ווער זענט עטס איך וועל מיך מוסר נפש זיין אז דעם רבי'ס כבוד זאל נישט מען נישט צוטרעטען, די נאמען ברך משה בלייבט און אז עטץ ווילטס נישט גייטס ענק צוריק פון ווי עטס קומטס!

זיי האבן אנגעהויבען צו שרייען אויף מיכל, אז ער האט גארוידפט די רעביצען, מיכל האט צוריק געשריגען אז זיי האבן גערוידפט די ברך משה וואס אזי הייליגער, ביז רז"ל האט געזאגט אז מיכל מיז ארויס גיין ווייל ער איז נישט פון די הנהלה, און יואלי שטערן האט אים ארויסגעפירט מיט בזיונות.

רז"ל איז געבליבען אין פעקל און ער האט געזאגט אז לעת עתה טוט מען נישט גארנישט, און מען ווארט ביז די נעקסטע מיטונג.

דערווייל איז געגאנגען קעסטענבוים און ערלעדיגט אז די סיין זאל די נאכט ארויף גיין, אבער עס איז שוין אראפ.

יעצט שווערט קעסטענבוים וויינגארטען און ליפא און די גאנצע ברך ליפא קליקע נקמה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2006 21:41 לינק ישיר 

איך האב א בעסערן פלאן פאר רז"ל ער זאל אראפ נעמען די בית יעקב נחמי' און לייגן בנין ברך משה...

עס וועט פריילעך זיין..




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2006 20:30 לינק ישיר 

לאמיר זיך נישט פאפען. ס'איז טאקע א געשמאקע זאך ווי די זאלונים רייסן זיך ביי די קעפלעך. אבער
דער אמת איז, איז רז"ל וועט גארנישט פארלוירן פון דעם "בירך משה" סומאטכע.

פארוואס:

ווייל ער האט קיינמאל גארנישט געהאט קיין ערנסטע חסידים און מעריצים, און וועט קיינמאל נישט האבן.

יא. די שונאים האבן זיך צו אים צוגעשטעלט. זיי וועלן ווייטער בלייבן דארט.
גוטע פריינט ווערן נישט געבוירן, און גייען נישט אוועק.

אויב האט ער גוטע פריינט, פארוואס פארטיידיגט אים קיינער נישט?
אויב האט ער חסידים, פארוואס פאלגען זיי אים נישט?
אויב האלט מען אז ער איז איז ראוי צו זיין א מנהיג, פארוואס שרייען זיי אז ער איז א גארבידזש!

ווייל די מענטשן מיט וועמען ער האט זיך ארומגענומען זענען נישט געקומען צו אים...
זיי זענען צו אים צו קעמפען קעגן אן אנדערן...

רז"ל איז דער פוטבאל. דער מיטל. די TOOL, די ווערקצייג !

אלזא... ר' זאלי, מיר וועלן דיר לערנען טאנצן... נישט פארקערט !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2006 20:03 לינק ישיר 

עטס האסט נישט ארויס קאנספעט פון "אהבה מוסתרת" אז נאר בהאלטנערהייט האט מען אים ליב, אבער נישט אפענרהייט, ווי למשל סיין'ס א נאמען  דעס נישט.

נ"ב ס'איז נאר א וויץ, קיינער זאל זיך עס נישט נעמען צום הארצען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2006 19:08 לינק ישיר 

אפאר נקודת בנוגע די געפעך:

1. להוי ידוע, אז די רייבערייען זענען נישט קיין אבי אויפגעבלאזענע מעשה'לעך, איך קען אייך באריכטן מיטן פולן קראנטקייט אז דאס איז אן ערענסטע קאנפליקט וואס פלאקערט אויף אלע צילינדערס, ערב כ"א כסלו איז געווען א הייסע מיטינג וועגן דעם ענין ביי רז"ל אינדערהיים די טענות זענען געגאנגען אויף אלע טענער.

2.  איך ווייס פאר א פאקט אז א גרויסע זאלי פון ק"י האט זיך אויס געדרוקט מיט אנטוישונג אויף רז"ל בזה הלשון: "איך האב געמיינט ער איז אן אונזעריגער", נאכדעם האט ער צוגעגעבן: "מיט דעם האט ער (רז"ל) פארלוירן טויזענטער מענטשן".

3.  ביי איינע פון זייערע אי-מעילס וואס זיי האבן ארומגעשיקט צו בארואיגן זייערע מענטשן האבן זיי געשריבן: "זארגט אייך נישט, די נאמען ברך משה איז נישט קיין מגן דוד".

4. סיז קלאר אז די געווינער וועלן דא זיין, ווי געווענליך, די בני יואל טיפ זאליס, זיי זענען די גרויסע מערהייט און מיט זיי קען מען זיך נישט אנהויבן, אן זיי גייט די גאנצע זאלי קאמפאני באנקראט, די ברך משה חסידים זענען דארט א קליינע אינטערדריקטע מיינארעטי, וואס שלינגען בשתיקה אלעס.

5. למעשה האב איך אביסל רחמנות אויף די געציילטע ברך משה חסידים וואס מוזן נעבעך שווייגן און ליידן און זענען געצווינגען צו זיצן מיט זייערע גרעסטע שונאים, אלעס נאר ווייל זיי האבן "נאך א גרעסערע" שונא, ר' אהרן. נעם למשל אזא איינעם ווי הרב ליפא ט"ב, יא איך ווייס ער איז א בלוט שונא פון ר' אהרן, און ער האט אנגעמאכט אסאך עגמות נפש פאר ר' אהרן, אבער ווי נישט ווי איז ער אלס געווען א געטריי קינד און חסיד פונעם ברך משה, צו לאנג וועט ער נישט קענען זיצן מיט די חברה.

6. רז"ל זעלבסט האט נישט קיין שום פראבלעם מיט גארנישט, ער איז אן EMPTY SUITE, פון זיין זייט וועט ער מפנה זיין טאטע אויב עס וועט מיינען דאס אנהאלטן זיין רביסטעווע.

7. מיין השערה איז אז דער אינצידענט איז אן התחלה פון א גרויסע שפלינטער אינערהאלב די זאליס, אפשר נישט שוין יעצט, אבער DOWN THE ROAD, צו לאנג וועט עס נישט קענען אנהאלטן, נישט אז די זאליס גייען אונטערגיין, די "פיקטשער" חסידים וועלן אלס קומען צו די "פיקטשערס", וואס דען עס וועט זיך אפטיילן א קליינע שפליטער אנטי- ר' אהרן אבער חסידים פון ברך משה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: בירך משה טאוועל אראפגעבראכן היינט !
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext