בית פורומים כל העולם כולו

50 צענט ריאטען אין קווינס ברך משה ישיבה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/12/2006 19:22 לינק ישיר 
50 צענט ריאטען אין קווינס ברך משה ישיבה!

נעכטן נאכט האט אויסגעבראכן פרישע ריאטען אין קווינס ברך משה ישיבה, און עס האלט נאך היינטט אן אין גרויסן, נאכדעם וואס די זאליס האבן ארויפגעהאנגען צעטלעך אין קווינס ישיבה, אז די קווינס בחורים זאלן גיין נאך געלט אין די חנוכה טעג פאר די קופת טוב וחסד וואס רז"ל גבאים פירן אן.

די אויפברויז און די ריאטען האט אויסגעבראכען - אונטערן אויפברויז נאך פון מתיבתא ברך משה - ווייל אפען צעטעל איז געשטאנען אז די אלע וואס גייען אריינברענגען די סכום פון $95 דאללער וועלן האבן די זכי' צו באקומען א געבנטשטע הייליגע 50 צענט מטבע פון רז"ל לשמירה ולהצלחה.

א בחור וו. א בני יואל-זאלי האט אראפ געריסען די צעטל, און געזאגט אז מען וועט נישט דא ביי אונז מאכן אזאלעכע מעשיות, און טיילן דא די פארטיי האלבע דאללער.

אזוי ווי די זאליס האבן געהערט וואס ער האט געטאן, זענען זיי אים באפאלען אין ביהמ"ד, און אים אנגעהויבען צו שטיפען און שרייען אויף אים, גלייך האבן זיך צוזאם גענימען א גאנצע גרופע פון די בני יואל זאליס און אנגעהויבען צוריק צו שטיפען און שרייען, אזוי האט זיך אנגעהויבען א געשלעק, און עס איז געגאנגען אויף די העכסטע טענער.

ר' נפתלי בלומענפעלד האט זיך אריין געמישט אין געריפען ביידע צדדים אריין צו זיך, ער האט גערעכט געבען פאר די בני יואל זאליס, און געזאגט אז עס איז א בושה און א ליצנות צו שרייבען אזא זאך, די זאליס ברענען אויף אים.

היינט צופרי ווען דער בחור וו. איז געקומען אין ישיבה האט ער זיך דערזעהן אז זיין תפלין איז גע'גנב'עט געווארן.

יעצט אין די מינוטן טוט זיך אן איבערקערנישט דערוועגן און עס קוקט אויס אז דאס האלט זיך נישט ביים איינשטילען, פריער האט א בחור פרי. געכאפט אן איי אין עס זאל ביי פרישטאג ווייל ער האט געזאגט אז די האלבע דאללער מטבע איז גארנישט ווערט אפילו צו קויפן לאלי פאפס, ווייל רוב גראסריס ווילן נישט נעמען די מטבע ענדישער זאל רז"ל טיילן צוויי קוואדערס.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > 50 צענט ריאטען אין קווינס ברך משה ישיבה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext