די אונטערוויו איז זיעער אינטערעסאנט (די וידיאו איז טרוקען), אנאלאזירער ברענגסט זייער גיט ארויס גוטע נקודות, סאיז טאקע א חוכא וטלולא וויאזוי זיי האלטן אז זייערע ניגונים איז ריין חסידיש משא"כ אנדערע ברעכן יא די גדרים, כ'זאג נישט אז אנדערע זענען נישט ערגער ווי זיי אבער דאס איז נאך נישט קיין תירוץ, גראדע אויף מרדכי קען מען האבן ווייניגער טענות ווייל ער האלט זיך יא באמת מער ווייניגער צו זיין אריגענעלן סטייל אבער אפילו ער ווארפט אויך אריין דא און דארט מאדערנע שטיקלעך (ווי עלעקטריק מוזיק און וואקעלס) וואס איז ווייט פון "חסידיש", די איינציגסטע לימוד זכות איז אפשר אז זיי מיינען מיט עדם אזעלכע ווי "אויף שימחעס" וכדומה, אבער אפילו אין דעם איז אברהמ'ל אויך נישט קיין טלית שכולו תכלת
בנוגע ציונות קען מען דא געבן קרעדיט פאר מרדכי וואס ער איז דאך דער וואס איז געווען אזוי ציוני-מזרחי געשטימט און אפילו הכי שעמט ער זיך נישט צו זאגן טעיתי און אז היינט איז דאס אויך באנקראט, מצד שני האט דאס אפשר נישט אזוי ווייט מיט מודה זיין על האמת נאר פשוט זיין פערעזנליכקייט איז אזוי אז ער טוישט זיך יעדע פאר יאר
שמעלצר און שוואקי זענען מסתמא פון די איינציגסטע זינגערס וואס זייערע אלבוים סעילס שטייגן לעצטענס איבער סיי מרדכי און סיי אברהמל, ביידע פון זיי זענען באמת נישט מוזיקאליש נאר ליפא פארמאגט אויסטערלישע "טאלאנטען אין נגינה" משא"כ שוועקי פארמאגט דאס אויך נישט נאר איז בלויז גענוג קלוג צו פארשטיין צו וואס ער טויג און צו וואס נישט, און אז ער איז געבענטשט מיט א הערליכע שטימע האט אים דאס מזל צוגעשפילט אז ער ארבעט מיט מענטשן וואס פארשטייען און דערפאר זענען רובא דרובא פון זיינע פראדוקשענס געוואלדיג אהערגעשטעלט
נאך איז איטערעסאנט:
א - וויאזוי ביידע קרעכצן געפערליך אז זיי זענען כצאן בלי רועה
ב - אין זעלבן יאר - תשנ"ד האבן ביידע פארלוירן זייערע מנהיגים
ג - ביידע "שטעלן זיך שארף ארויס" קעגן די אינטערנעט
ד - אז מרדכי איז ארום גענומען מיט אייפאד'ס (קעגן וואס ער איז שטארק מוחה אין זיין אפשר לתקן וידיאו)
ה - וויאזוי זיי האלטן זיך אלץ "הציצו ולא נפגעו" (מילא אברהמל-נו מהיכי תיתי, אבער מרדכי?!)
ו - זיי זענען עוסק אין נגינה "צוליב פרנסה" אבער זיי האלטן באמת אז זיי טוען אויף פאר אידישקייט (כמעט יעדע זינגער רעדט זיך אזוי איין, און כאטש אביסל איז עס טאקע אמת מאכן זיי דערפון סאך מער ווי סאיז)
ז - מרדכי האט אוועק געווארפען די ניגון "כל העוסק", נישט צום גלייבן - סאיז א הערליכער ניגון, אבער "עוצו עצה" איז ער געווען אויס מענטש אז ער האט דאס אוועק געגעבן פאר שלוימי כהן, דאס זעלבע מיט "אנא מלך מלכי המלכים" אז ער האט דאס לכתחילה נישט געוואלט אריין לייגן (צען יאר האט געדויערט ביז ער האט מסכים געווען)
ח - מרדכי שטאלצירט אז ער האט צום ערשט געזינגען "תפילה לעני" (ער פארציילט נאר נישט אז מכתחילה איז ער נישט אזוי נתפעל געווארן פון דעם ניגון)
ט - מרדכי פארט אריין פאר מנחם טוקר (גערעכט איז ער)
י - פריד וויל ברענגן א ראי' פון ר' שלמה'לע אז ער האט נישט געמוזט כסדר אויפקומען מיט נייע סטיילס (נו, אז פריד וואלט געקענט וואס שלמה האט געקענט, וואלט ער אויך נישט געדארפט)
יא - פריד שעמט זיך נישט צו זאגן אז ער וויל מיליאנען, מרדכי רעדט ווי א גאליציאנער
און צום לעצט, ווער קען מיר מגלה זיין דעם סוד וועלכע טעיפ מען מיינט דא:
ורדיגר: "לאחרונה יצא דיסק חדש, בהשקעה של מאה ושבעים אלף דולר, אין שום קשר בין הזמר והשירים לחסידים וליהודים".