|
|
| נשלח ב-29/12/2006 20:39 |
|
| |
איינער האט היינט געזאגט אז לשיטת הנטו"ק קען נישט זיין מער קיין האלאוקאוסט אויף אידען ווייל אלע אידען אפילו די סאטמארער זענען שוין היינט "ציוניסטען" . ממילא וועט נאר זיין א האלוקאסט ח"ו אויף ציוניסטן נישט אויף אידען.
הרב אמסל דער קנאי. זאגט מען האט עהם געפרעגט אויף מען האט געדארפט פארן קיין איראן אדער נישט? האט ער גענטפערט א שאלה? אוודאי !! האבען זיין געדארפט פארן . אבער זיי וואלטן געדארפט דארטן בלייבן אויף אייביג . ודפח"ח.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2006 20:46 |
|
| |
מכתב התנצלות של הנטו"ק שנסעו לאירן
ראוי זה לאשכול בפני עצמו.
בשבת זו הופצו באנטווערפען מכתב התנצלות [בל"נ עוד מעט אסרוק זאת], שבו חתומים כל חברי המשלחת לאירן, מלבד פרידמן שעצור באוסטריה שם הכחשת שואה היא עון פלילי שאפשר לקבל עליו ארבע שנות מאסר.
והם כותבים בערך כך [אין לי כרגע סורק עוד מעט אעלה זאת בל"נ]:
א. המטרה בנסיעתם לאירן הייתה לחדד שהיהודים אינם הציונים, ושנאתם של האירנים צריכה להיות מופנת לציונים ולא ליהודים.
ב. הכנס לא היה של הכחשת שואה, אלא דיון אם היה שואה, והיו צריכים לבוא בכנס כאלו כמוהם שדברו בבירור על כך שהייתה שואה, ושנהרגו בה שש מליון יהודים, אמנם, הדגשנו, שהציונים הם אלו שהיו אשמים בשואה, ונהנים עד היום מפירות השואה. ולגבי הכחשת השואה, אנו חוזרים ואומרים שאמרנו כמה פעמים שהיה שואה ושמידו במיתות אכזריות מליוני יהודים, רק התקשורת הוצאיו הדברים מהקשרם.
ג. לא התכוונו חלילה לפגוע בזכר הקדושים הי"ד, ובכבוד משפחותיהם החיים לאוישט"א.
ד. היות ורוב כלל ישראל לא הבין כראוי את מטרתינו הנעלית, לכן אני מביעים צער והתנצלות על המכשלה שיצאה תחת ידינו בגרימת עגמ"נ לכל כך רוב יהודים בעולם.
וע"ז באח"מ
בחיתימת ידם, כל החבורה למעט פרידמן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2007 11:50 |
|
| |
איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין די עצם נושא צו מען מעג יא גיין צו אראבער צו נישט איך וויל מיר דא נאר באציען צו וואס שלייקיס האט פריער געשריבן בנוגע די וואס ציען א פאראלעל צווישן קאמוניזם און ציוניזם
שליקיס שרייבט:
נו, לויט די "מטורפים" מיינט נישט דער איראנער פרעזידענט בפועל אפצומעקן די מדינות פון די מאפע ח"ו ווייל עס קען דאך נישט זיין אז דער "אויסגערופענער נאבעלער כאראקטער" וואס דער גאנצער וועלט שטוינט פון דעם זיין גוטסקייט און יושר, זאל גאר רעדן אזעלעכע עקסטרעמיסטישע רייד, און בפרט אזא איינער וואס האט מיט עקסטרעמיזם קיין שייכות נישט...
נאר וואס דען? ער מיינט נאר אז די "רעזשים" זאל אויפגעלעזט ווערן אויף א פרידליכען אופן א שטייגער ווי די קאמיניסטן, און איין ווארט, ער האט די זעלבע תקוה ווי אלע ערליכע אידן אז די מדינה זאל אויפגעלעזט ווערן מיט רחמים וחסדים... האט איר געהערט דעם הסבר?
מען הערט דאס אסאך מאל פון די אידן וואס פילן אז זיי דארפן האבן אויסגעבויט פונקטליך דעם רבש"ע פלאן וויאזוי די מדינה של גיהנום גייט בטל ווערן אז דאס גייט זיין אזויווי קאמוניזם, מיין פוינט איז, קאמוניזם איז געפאלן מיינט אז אלע "רוסישע" גוים וואס האבן ביז יעצט געוואוינט אין א מדינה וואס די גאווערמענט איז געווען קאמוניסטיש מיט אלע צוגעהערן וואס קומט דערמיט, און ווען קאמוניזם איז געפאלן מיינט אז "רוסישע" גוים האבן געטוישט זייער סיסטעם וויאזוי מען גאווערנט זיי.
דער איראנער פרעזידענט (אנטשולדיגט איך קען נישט געהעריג שרייבן זיין נאמען...) וויל אז די מדינה זאל אויפגעלייזט וערן אויף א פרידליכער אופן, אודאי!!! יעדעם איינעם איז בעסער צו באקומען וואס ער וויל אויף א גאלדענעם טאץ, בוש וואלט זיך מחי' געווען ווען עס געשעהט ווען א פרידליכער רעזשים טויש אין איראק, אן דעם וואס ער זאל דארפן דארט זיין פיר יאר און קיין וועג ארויס זעהט ער נישט דערווייל.
אבער די חילוק איז אז בוש איז נישט קיין נפק"מ ווער עס וואוינט דארט, ער דארף נישט איראק ווייל עס איז זיינס, ער וויל פשוט אז עס זאל זיין א דיקטאטור ווייניגער אויף זיין וועלטל, ווען קאמוניזם איז געפאלן האט קיינעם נישט געארט אז אלע רוסקיס בלייבן וואוינען דארט, נאר אמעריקע האט געהאט אן אינטרעסע אז די רעזשים וואס איז לויט אמעריקע געווען די סכנה פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט.
איראן וויל אז די מדינה זאל אויפגעלייזט ווערן, טאקע אויפן גרינגסטן אופן שייך, דהיינו פרידליך, און טאמער נישט האט מען שוין געזעהן דעם זומער וואס ער קען און וואס ער האלט ביים טוהן, און דאס איז אן אפיציעל דערקלערן קריג קעגן די מדינה, אבער אפילו לו יצוייר אז עס וועט געשעהן פרידליך, וועט ער נישט זיין צופרידן מיט דעם אז אנשטאט פרעמיער אולמערט זאל זיצן אין אפיס זאל אבו מאזן זיצן דארט, און אנשטאט אז אין זיין אפיס זאל הענגן א ציוניסטשן פאן זאל הענגן א פאלעסטינער פאן. ניין!!! היינט איז א מצב וואס די אראבער ווילן אז אלע אידן וואס וואוינען אויף דעם שטיקל לאנד וואס איז יעצט אין קאנפליקט, זאלן גיין אין ים אריין אדער סיי ווי די אויגן טראגן זיי
מען זאל זיי פרעגן וואס זיי ווילן, וואס ענטפערן זיי, די ציוניסטישער רעזשים זאל אונטערגיין און מען זאל זיי אויפהערן אונטערדריקן, אבער פארשטייט זיך אליין (טאמער איינער איז מחולק מיט מיר זאל ער ענטפערן) אז זיי וועלן נישט זיין צופרידן און אוודאי נישט וואס האבן זיי פון א הערשאפט טאמער רוב בירגער זענען אידן אלע גרויסע שטעט אין לאנד איז באזעצט מיט אידן,
למסקנת הדברים איראן וויל טאקע א פרידליכע רעזשים טויש ווייל עס איז גרינגער און ביליגער אבער בנוגע אלע אידן וואס וואוינען יעצט דארט זאלן זיי גיין ווי די אויגן טראגן זיי (אפשר מיינט דאס אויך ביי אים אויף א פרידליכער אופן...)
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2007 16:51 |
|
| |
אינגאנצן נישט גערעכט. די זעלבע זאך וואס האט פאסירט אין רוסלאנד קען רואיג פאסירן אין די מדינה.
אן אריינגיין אין די עצם טעמע פון גיין מיט די אראבער. דער פאקט איז אז די מדינה איז אויפן שוועל פון באנקראט, פיזיש און גייסטיג, מאראליש און פינאנציעל (כאטש אויבנאויף קוקט נישט אויס אזוי).
די קארופציע דארט באהערשט יעדן איינציגן אספעקט פון טאג טעגליכן לעבן, ס'איז פשוט נישטא קיין רעגירונג'ס איינגעשטעלטער וועלכער איז נישט דורכגעפוילט פון קאפ ביז פיס. ממש די וואך האט מען ווידער ארעסטירט פון די העכסטראנגיגע רעגירונג'ס לייט וועלכע האבן פאר אפאר דאלער זיך געלאזט אויסקויפן אין גרויסן.
דער יונגער דור האט פארלוירן די גאנצע מאטיוואציע צו "מדינת ישראל", זיי האבן קיין שום געפיל צום לאנד. דאס איז די סיבה פאר די מאסיווע קארופציע, פאר די מאראלישע געפאלנקייט אין צה"ל, פאר די מיליאנען "יורדים", אא"וו.
אין די א.ג. אינטעלעקטואלע קרייזן אין די מדינה הערט מען הויכע טענער וואס פארלאנגען צו טוישן דעם נאמען פון די מדינה צו "מדינת מכ"א [מדינת כל אזרחיה]", וואס באדייט אז די אראבער און די אידן זאלן צוזאמען וואוינען אין איין לאנד ! אזוי וועלן די 3.5 מיליאן פאלעסטינער פליטים קענען צוריקגיין וואוינען אין זייערע אלטע שטעט און דערפער, און אלעס וועט לעבן בשלום ושלוה [לויט זייערע אילוזיעס].
אויב דאס פאסירט - א זאך וואס מען קען בכלל נישט אויסשליסן, דאן איז מדינת ישראל אפיציעל אראפ פון די מאפע !
עס וועט ווערן א מדינה מיט אן אראבישן פרעזידענט. רוב פונעם פאלק וועלן זיין אראבער, און אזוי אויך רוב פון די רעגירונג. אין אנהייב וועלן אידן אויך זיין אין די רעגירונג, אבער בדרך הטבע (איך בין נישט אין הימל, און כ'שטעל זיך פאר אז דער רבש"ע האט זיך זיין בלו-פרינט) וועלן די אידן אויסוואנדערן פון דארט צו אנדערע מדינות וואו זיי וועלן קענען לעבן רואיגער. אויסער א באדייטנדער טייל פון די פרייע וועלכע וועלן לדאבונינו זיך אויסמישן מיט די אראבער גענצליך.
משיח זאל אודאי יעדן אויסכאפן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2007 22:29 |
|
| |
דאס ביסטו גערעכט אז די מדינה האלט ביים שוועל פון באנקראט (דאכט זיך מיר אז עס האט שוין לאנג איבערגעטרויטן דעם שוועל...) און עס איז א לאנד מלא קארופציע, אבער דאס מאכט עס נישט פאר א לאנד וואס גייט שוין אונטערגיין. אויב דו ביסט אמאל געווען אין אוקריינא האסטו אוודאי צוגעזעהן די "קולטור פון קארופציע" רעגירט דארטן אויפן העכסטן. און קיינער וועט נישט זאגן אז אוקריינא איז אויפן שוועל פון אונטערגיין און עס גייט באנקראטירן.
אונז זענען געוואוינט צו א לאנד וואס מיר וואוינען דערין, דהיינו אמעריקא וואס פארהעלנטסמעסיג איז עס א לאנד וואס לויפט אן קארופציע (פארהעלטנסמעסיג...). און עס איז א לאנד וואו די עקאנאמיע שטייט, און אלע צוגעהערן וואס א לאנד דארף האבן האט עס.
משא"כ די מדינה איז בערך ווי א דריטע וועלט לאנד, ווען נישט עס איז ארץ ישראל און עס איז נישט דא דארט אזא ציבור אידן, וואלט קיינער פון אונז נישט געווען אין דעם לאנד לויט דעם אופן ווי אזוי עס לויפט, סיי אין זיכערהייט סיי אין צוגעשטעלטע באקוועמליכקייטן,
רוב, און איך זאג רוב לענדער פון די וועלט, זעהט אויס אין אזא מצב ווי די מדינה אין אלע הינזיכטן, נאר וואס דען וויבאלד מדינת ישראל האט א רייכע גרויסע פעטער וואס זארגט פאר איר, פרובירט מען עס אוועקצושטעלן שענער ווי עס איז, און אזוי ווי עס גייט דאך נישט, רעדט מען פון מדינת מכ"א,
אבער לאמיר נישט פארקריכן, שטעל דיר פאר אזא בילד, נעקסטע וואך שטייסטו אויף אין די הערסט אינדערפרי די הימלשרייענדע העדליינס אז מדינת ישראל רעגירונג האט זיך געטוישט, און אין איר פלאץ פיגורירט די פאלעסטינע רעגירונג, וועסטו נישט תיכף לויפן כאפן א תהילים'ל און זאגן תהלים פאר אחב"י היושבים בארה"ק, וואס וועט יעדע היימישע איד פרעגן, וואס וועט זיין מיט די אידישע איינוואוינער אין ארץ ישראל, צו קענען זיי וואוינען פאר איין טאג אונטער פאלסטינער הערשאפט.
דאונט געט מי ראנג, איך בין מתפלל יעדען טאג דריי מאל א טאג אז די מדינה זאל אונטערגיין אן קיין שום פגע ומכשול פאר קיין שום איד, און בשעת מעשה טראכט איך נישט פון א אופן ווי אזוי דאס זאל געשעהן ווייל נסתרות דרכי ד' ופליאה הוא מהשגתינו
אבער בדרך הטבע לפי עניות דעתי הקלושה זעה איך נישט אז אידן זאלן זיך ווייטער קענען ארומדרייען און ירושלים בני ברק און אנגיין עולם כמנהגו נוהג, טאמער די פאלעסטינער נעמען איבער די הערשאפט אין די מדינה, אדער אפילו מען עפנט אויף די גרעניצן און אלע פליטים פון די מערב ברעג וואס זיי טראכטן פינף מאל א טאג פון זייער שנאה צו זייער אידישע שכנים
 |
|
|
|
|
|