בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

שמע ישראל - מיטב ניגוני פנחס וועבער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/12/2006 20:41 לינק ישיר 
שמע ישראל - מיטב ניגוני פנחס וועבער

גאנץ גוט, נאר א שיפור לשון "ממיטב" אנשטאט "מיטב", איך האב שוין געהערט שענערס פון ר' פנחס'ן, א שטייגער ווי דודי אויף בהר המוריה, ומאידך גיסא האט מיר דער ניגון אשת חיל (אברהם פריעד) נישט אזוי איבערגענומען.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-18/12/2006 14:04 לינק ישיר 

מיטב = די בעסטע,
ממיטב = פון די בעסטע,

מיטב ניגוני פנחס וועבער = די בעסטע ניגונים פון פנחס וועבער
ממיטב ניגוני פנחס וועבער = פון די בעסטע ניגונים פון פנחס וועבער

וואס איז שווער דא?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/12/2006 18:18 לינק ישיר 

כ'האב הנאה אז האסט געלערנט עברי טייטש אבער איך בין דאך מסביר ווייטער וואס איך זאג, "איך האב שוין געהערט שענערס פון ר' פנחס'ן, א שטייגער ווי דודי אויף בהר המוריה, ומאידך גיסא האט מיר דער ניגון אשת חיל (אברהם פריעד) נישט אזוי איבערגענומען" דעריבער האלט איך אז עס איז ענדערש "ממיטב" ווי איידער "מיטב".



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-18/12/2006 19:39 לינק ישיר 

אה כ'האב געמיינט דו שרייבסט אז דו האסט שוין געהערט שענערס ווי ר' פנחס (די ווארט "פון" קען האבן די זעלבע מובן).




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2006 19:36 לינק ישיר 

אויב איינער וואס פארשטייט אביסל צו מוזיק וואלט מיר געקענט מסביר זיין וואס ס'גייט פאר ביי דעם ניגון "אין ערוך" בערך ביי 03:03 (די טיימער אין ווינדויס מידיע) אויף די ווערטער בעולם הזה וואלט איך זייער אפרישיעטעד, עס איז א אינטערסאנטער מוזיק/וואקעל שפילעריי.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-20/12/2006 22:03 לינק ישיר 

אוועק פונעם עצם הענין: איינער ווייסט וואספארא שייכות די נאמען "הלוי" האט מיטן היכל הנגינה? גייט דאס אזוי אז יעדעס קינד וואס קען זינגן איז זוכה צו א לעצטע נאמען "הלוי", אדער גאר אז די קינדער וואס הייסן הלוי קענען זינגן?

די הלוי משפחה, וואס זייער זיידע האט שטארק מתפלל געווען צו האבן אייניקלעך בעלי מנגנים, האבן אלע א גאר היימישע חסידישע אקצענט, אידנערצייט וואס אין די חסידישע וועלט איז נישט באקאנט א משפחה מיט אזא לעצטע נאמען.

מען בעט די הלוי טאטע ער זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל אידענטיפיצירן זיינע קינדער די "ילדים הפלאים": מאיר הלוי פון לחיים, אהרן הלוי פון יונתן שווארץ, און דער פרישער משה הלוי פון די שמע ישראל טעיפ... אז נישט וועל איך מוזן דערגיין ווער דער הלוי משפחה איז, וואו זיי וואוינען, און צו מיסטער הלוי האט אויך געקענט זינגן אלץ אינגל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2006 19:21 לינק ישיר 

זעהט אויס אז ווער עס זינגט פארן אייבערשטן גייט ער ארויף צום מדריגה פון א לוי אין בית המקדש. תוקן על ידי - happyjew - 21/12/2006 19:22:53



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2006 08:47 לינק ישיר 

אהלי;

דער בעלזער רב זי"ע (איינער פון זיי, איך געדענק נישט אויפן מאמענט וועלכער) האט געזאגט אז דערפאר האבן פרויען א געפיהל צו נגינה, ווייל זיי זענען געשטאנען אינעם בית המקדש נאנטער צו די לוים, ווייל די לוים האבן זיך געפונען אויפן דוכן, וואס איז געווען נענטער צום גאלערי וואו די פרויען זענען געשטאנען ביי שמחת בית השואבה (נאכן תיקון גדול). [ער זאגט אויך נאך א סברה, ואכמ"ל].

איז דאך כל שכן וכל שכן אז די וואס פאררופן זיך "הלוי" זענען נענטער צו די לוים און האבן א חוש דערצו...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/12/2006 18:20 לינק ישיר 

אהרן הלוי דאכט זיך איז "הלוי" די משפחה נאמען, און ער איז א ספארדישע בחור'ל.
די אנדערע ווייס איך נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/12/2006 20:03 לינק ישיר 

אויף מיין שאלה האט קיינער נישט געפונען פאר וויכטיג צו רעאגירן, אדער קיינער האט נאך פשוט נישט געהערט דעם טעיפ ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-25/12/2006 00:19 לינק ישיר 

איך מיין אז אויף איינע פון ליפא'ס טעיפס (דוכט זיך Project X) איז דא עפעס ענליך דערצו.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-21/1/2007 23:55 לינק ישיר 

אהרן הלוי איז א מכנובקה חסיד (אזוי מיין איך)דארט לערנט ער זיין לעצטע נאמען איז ויזעל.
היינט איז נאך א ילד הפלא "מוטי שטרן" ער איז אגב אויך א לוי...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > שמע ישראל - מיטב ניגוני פנחס וועבער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext