בית פורומים כל העולם כולו

'צייטשריפט' צונעמט 'נטורי קרתא' שטינק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/12/2006 22:59 לינק ישיר 
'צייטשריפט' צונעמט 'נטורי קרתא' שטינק

'צייטשריפט' צונעמט 'נטורי קרתא' שטינק

איך בין לכתחילה נישט געווען אזוי קעגן די נטורי קרתא גרופע פשוט צוליב דעם וואס איך האב געטראכט אז צווישן די פילע משוגעים וואס עס איז אלץ דא אויף דער וועלט, שטערט מיר נישט אז עס זאל זיין נאך אפאר משוגעים וואס פרובירן עקסטרעמיסטישע מיטלען אנצוקניפן באציאונגען מיט די אנטיסעמיטן שבדורינו און ווי זיי טענה'ן קען דאך ארויסקומען א טובה פון זיי (אפילו יעדער בר דעת פארשטייט גאנץ גוט די שוואכע שאנסן), אבער עס  איז דאך שווער געווען אריינצוקריכן און פארשטיין זייער פארקרומטער געדאנקען גאנג, און אומלאגישער צוגאנג צו קנאות.  

אבער איצט איז גאר אן אנדערע מעשה, איצט האבן זיי געשטאכן א שפיזיגן מעסער אין רוקן פון דאס אידישע פאלק מיט'ן זיך באטייליגן אין דעם האלאקאסט ליייקענער קאנפרענץ און דאס איז שוין זיכער אריבער אלע גרעניצן.

איך האב מיט פרייד יעצט געקויפט דעם וואכעדיגן 'צייטשריפט' ווי זיי צונעמען דעם גאנצן אפפאל און באשרייבן עס אין די לענג און די ברייט, מיט פילע בילדער פון יעצט און פון דער פארגאנגענהייט, אזוי אז עפעס ווערט אויסגעקלארט און ווארפט א שטיקל ליכט אויף די טונקעלע מעשי קנאות שלא לשם שמים. 
איך האב נאכנישט געענדיגט ליינען זייער גאנצן לאנגן ארטיקל איבער די נטורי קרתא, אבער זיי מאכן א מאסיווע ארבעט און עס איז ווערד יעדער פעני. אפילו די בילדער אליין פארציילט גענוג און נאך...

דאס איז מיר א ספעציעלער הנאה נאכן מיאוסן דורכפאל וואס דער אידיש רעדנדער ציבור האט געהאט מיטן פארלוסט פונעם בעסטן צייטונג אין יארן, ווען דער 'שריפט' האט זיך געשלאסן, און עס האט אויסגעזען אז דאס איז עס. אבער ווי עס זעט אויס גייט מען נאך אסאך הנאה האבן פון דעם צייטשריפט, און עס איז אויפן וועג ארויף.

טראץ די אלע אנגייענדע דעבאטעס דא אויפן פארק, איז רובו ככולו פון כלל ישראל, חסידיש און נישט-חסידיש צוגלייך, קעגן די עקסטרעמיסטן וועלכע טוען אויף דער אייגענער האנט וואס עס לאזט זיך און לאמיר קלאר פארשטיין אז אויב שטעלט מען זיי נישט אפ, ווייסן מיר נישט ואוס זיי וועלן מארגן באשליסן צו טון.

המשך יבא אי"ה




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2006 23:22 לינק ישיר 

איך הער אז מען גייט איבערדרוקן דעם ארטיקל אין די "צייטשריפט" אין טויזענטער עקזעמפלארן און דאס גייט צוטיילט ווערן פאר אנשים ונשים וטף. .

יעצט נאכן פסק בי"ד פון די עדה החרדית און פון קהל יט"ל. און פון מאנטשעסטערער רב אויך פון נאך רבנים .  וואס קלערען די אראבישע שייכען. אז עס איז נאר געבליבן 6 אידען אויף די וועלט.
די איבריגע אלע מיט אלע רבנים ואדמורי"ם וגאונים זענען נישט קיין אידען ..

דעמאלס מוזן זיי דאך על כרחך מודה זיין אז עס איז געווען א שרעקליכער "האלאוקאסט" אז עס ל"ע נאר געבליבן 6 אידען אויף די גאנצע וועלט.
 
יעצט אז נאר הרב לייטנער האלט מיט מיט זיי און יעדער איז דערקעגען. דעמאלס איז טאקע הרב לייטנער רשכבה"ג פאר אלע אידען אויף די וועלט וואס דאס גאנצע אידנטוהם באשטייט נאר פון 6 אידען. ווייל די איבריגע זענען דאך שוין נישט קיין אידען רח"ל נאר ציונים.  
און בפרט אז זייער רצון וועט ערפילט ווערן אז זיי וועלען געראטעוועט ווערן. און אלע אידן וואס זענען היינט שוין ציונים וועלן ח"ו אונטערגיין(היל"ת) וועט טאקע הרב לייטנער זיין דער איינציגער רב און רשכבה"ג אויף די גאנצע וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > 'צייטשריפט' צונעמט 'נטורי קרתא' שטינק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext