'צייטשריפט' צונעמט 'נטורי קרתא' שטינק
'צייטשריפט' צונעמט 'נטורי קרתא' שטינק
איך בין לכתחילה נישט געווען אזוי קעגן די נטורי קרתא גרופע פשוט צוליב דעם וואס איך האב געטראכט אז צווישן די פילע משוגעים וואס עס איז אלץ דא אויף דער וועלט, שטערט מיר נישט אז עס זאל זיין נאך אפאר משוגעים וואס פרובירן עקסטרעמיסטישע מיטלען אנצוקניפן באציאונגען מיט די אנטיסעמיטן שבדורינו און ווי זיי טענה'ן קען דאך ארויסקומען א טובה פון זיי (אפילו יעדער בר דעת פארשטייט גאנץ גוט די שוואכע שאנסן), אבער עס איז דאך שווער געווען אריינצוקריכן און פארשטיין זייער פארקרומטער געדאנקען גאנג, און אומלאגישער צוגאנג צו קנאות.
אבער איצט איז גאר אן אנדערע מעשה, איצט האבן זיי געשטאכן א שפיזיגן מעסער אין רוקן פון דאס אידישע פאלק מיט'ן זיך באטייליגן אין דעם האלאקאסט ליייקענער קאנפרענץ און דאס איז שוין זיכער אריבער אלע גרעניצן.
איך האב מיט פרייד יעצט געקויפט דעם וואכעדיגן 'צייטשריפט' ווי זיי צונעמען דעם גאנצן אפפאל און באשרייבן עס אין די לענג און די ברייט, מיט פילע בילדער פון יעצט און פון דער פארגאנגענהייט, אזוי אז עפעס ווערט אויסגעקלארט און ווארפט א שטיקל ליכט אויף די טונקעלע מעשי קנאות שלא לשם שמים. איך האב נאכנישט געענדיגט ליינען זייער גאנצן לאנגן ארטיקל איבער די נטורי קרתא, אבער זיי מאכן א מאסיווע ארבעט און עס איז ווערד יעדער פעני. אפילו די בילדער אליין פארציילט גענוג און נאך...
דאס איז מיר א ספעציעלער הנאה נאכן מיאוסן דורכפאל וואס דער אידיש רעדנדער ציבור האט געהאט מיטן פארלוסט פונעם בעסטן צייטונג אין יארן, ווען דער 'שריפט' האט זיך געשלאסן, און עס האט אויסגעזען אז דאס איז עס. אבער ווי עס זעט אויס גייט מען נאך אסאך הנאה האבן פון דעם צייטשריפט, און עס איז אויפן וועג ארויף.
טראץ די אלע אנגייענדע דעבאטעס דא אויפן פארק, איז רובו ככולו פון כלל ישראל, חסידיש און נישט-חסידיש צוגלייך, קעגן די עקסטרעמיסטן וועלכע טוען אויף דער אייגענער האנט וואס עס לאזט זיך און לאמיר קלאר פארשטיין אז אויב שטעלט מען זיי נישט אפ, ווייסן מיר נישט ואוס זיי וועלן מארגן באשליסן צו טון.
המשך יבא אי"ה
 |
|
|