נייע האטליין, אלע קעץ ארויס פון זאק
1-212-461-2778
נשלח ב-24/10/2007 04:21
אבער די לשון הרע'ס וואס ווערט צו פויקט אין די עפענטליך, איז נישט קיין ווערטל צום לאכן. שטעל דיך פאר מ'צעלייגט דיך אויף מצה וואסער.. דא האנדעלט מען וועגן רבנים וואס מ'רעדט אויף זיי פיסט און פראסט, און ווי גרויסע בעלי גאווה ס'זענען דא, אלץ מער שטערט זיי עס. מ'טארנישט זויגען מענטשענס בלוט, און ס'אוודאי נישט קיין ווערטל..
אז די וועסט זען איינער פליט אריין אין ראדני סטריט, און האקט אראפ זעכצן זיידעס פינעף רבנים און א קיפקע בחורים, 'און עס איז גארנישט געשען מיט זיי', אבער ס'איז א ווערטל..? ער רעדט אויף מענשען בפומבי, און אנשטאט מ'זאל עהם לייגען אין ח' לייגט מען עהם אויפן אינטערטעימענט ליסטע..
נשלח ב-23/10/2007 20:07
עבד: We Want More!!!
נשלח ב-23/10/2007 05:35
א שיינעם דאנק און א יישר כח פאר די שרייבערס וואס האבען זיך גענומען די מיה מיך מחזק צו זיין יברכם השי"ת כרצונם וכמאוויים זיי זאלן האבן א סך נחת והצלחה אמן בתוך שאר עמו בית ישראל.
דאס זעלבע איז מיט די האט ליינס. טאמער מענטשען לאכן האבען זיי (די האט ליינס) חאטשיג עכ"פ דערפרייט יודישע הערצער! וד"ל.
להבדיל די אמאליגע מוכיחים בשער און למעלה בקודש די הייליגע נביאי אמת וצדק איז אויך געווען מענטשען וואס האבען געלאכט.פון זיי . דער זון פון הייליגן נועם אלימלך ברענגט אין אגרת הקודש. אז אפילו פון הייליגן האר"י הקדוש זי"ע (וואס אפילו די מתנגדים האבן געהאלטן פון עהם) איז אויך געווען מענטשען וואס האבען געלאכט פון עהם רח"ל.
המבדיל בין קודש לקודש ובין קודש לחול. חטאתינו הוא ימחול.
אין פריערדיגען ארטיקל האב איך געשריבן וועגן די הויפט לוחמים קעגען עירוב הרב ביק און דער שאצער וויאזוי זיי און זייערע משפחות האבען מחלל שבת געווען בפרהסיא פארענדיג בעיצומו של שבת קודש. אבער נאך א זאך איז געשען די פאריגע וואך שב"ק
אז די פארגאנגענע וואך האבען די אנדערע הויפט לוחמים קעגן עירוב הר' ש. ש. שפיטץ ראש פון סאטמארען וויליאמסבורגער כשרות בי"ד מיט זיין איידעם מייזליש דעם שאפראנערס זון וואס שרייט נאך יעדען שבת אויף אלע גאסן געדאווענט שבת צופרי אין פאפא ביהמ"ד אין וויליאמסבורג לכבוד א משפחה שמחה.
און חאטשיג זיי האבען געדאווענט צוזאמען מיט די מחללי שבתות לשיטתם און זיי האבן געזעהן וויא דער עולם חסידים ואנשי מעשה טראגען אריין און ארויס כרצון חכמים. דאך האבען זיי געשוויגען און נישט געשריגן כדרכם. . ווייל פאר זייער אייגענעם אינטערעס פארשטייען זיי צו שווייגן און נישט צושטערן זייער שמחה. נאר יענעמס מנוחה און יענעמס שבת און יענעמס שמחה גייט זיי נישט אהן צושטערן . ווייל אזוי האט מען זיי אויסגעלרענט "אני ואפסי" נאר איך מעג אלעס און קיינער טאר נישט גארנישט. ודו"ק.
אזוי וויא ווען רז"ל מסאטמאר שליט"א איז געפארן שבת קיין בארא פארק. האט ער גערופן זיינע הינטעלעך להבדיל און געזאגט אז זיי זאלן אין בארא פארק נישט "בילען" . ווייל די גמרא זאגט דאך אז ווען כלבים צועקים . ווען הינט בילען דעמאלס ווייס יעדער אז "מלאך המות בעיר" דאס איז א סימן מובהק פון די גמרא. האט ער נישט געוואלט אז מען זאל זאגען "מלאך המות בעיר" האט ער זיי געהייסן נישט "בילען" .
און כאטש די זאכן זענען אמתע פאקטן . (אזוי וויא דער פסולער צורת הפתח וואס איז געווען ביים סאטמארען דיינס סוכה אויף ראסס סטריט אזוי וויא יעדער האט עס געזעהן בעיני בשר. (אויסער אז אפשר איז דארט אויך געווען נאך א עירוב וואס קיינער קען נישט זעהן א רואה ואינו נראה. אזוי וויא די שקצים רופן דאס אהן א "ווייערלעס עירוב" )
דאך ווילן זיי נישט הערן.
אזוי וויא ווער עס געדענקט אין אלטן סאטמארען בית המדרש נאפ מענשאן אויף בעדפארד קארנער ראסס סטריט . אין בית שני וויא ר' יחזקעלע מערץ זי"ע פלעגט דארטן לערנען בייטאג מיטן זידיטשויבער רבין זי"ע. און דער זידיטשויבער רבי פלעגט א סאך מאל הויעך שרייען אויף רבי יחזקעלע זי"ע. האט דער רבי זי"ע געפרעגט. ווואס שרייט ער דארט? האט דער עולם גענטפערט. אז רבי יחזקעלע הערט נישט גוט! האט זיך דער רבי זי"ע אנגערופן במתק לשונו. רבי יחזקעלע הערט נאר דאס וואס ער וויל הערן. ע"כ.
לעניינו יעדער הערט נאר דאס וואס ער וויל הערן. אפילו דעם אמת וויל ער נישט הערן נאר וואס עס איז גוט פאר זיין פארטיי.
איינער פון די ראשי הקהילה פון וויליאמסבורג סאטמאר האט געדאווענט אין א צווייט ביהמ"ד און האט געבעטן איינעם פון די פירערס פון קלויזענבורג .( מ ו )ער זאל מוחל זיין און צוגיין צום עמוד. האט אים דער קלויזענבורגער גענטפערט . איך קען נישט צוגיין ווייל איך טראג דאך מיטן עירוב . דהייינו איך בין לויט דיר א מחלל שבת. האט עהם דער סאטמארער ראש הקהל געפרעגט. נו! היתכן? פארוואס טראגסטו טאקע? האט עם( מ ו )גענפערט. דיין יעצטיגע סאטמארע פאליטיק וויל אז מען זאל נישט טראגן מיטן עירוב. און מיין קלויזענבורגער פאליטיק וויל אז איך זאל יא טראגען מיטן עירוב. האט עהם דער סאטמארער ראש הקהל געזאגט. בראווא! האסט זייער גוט גענטפערט. און ער איז צוגעגאנגן צום עמוד ע"כ..
בדרך אגב. די אלע וואס האבן פאריאר פארפירט וועגן די פאלשע שמן זית וואס טאמער עס איז אמת איז עס העסטענס נאר א הידור ביי א מצוה דרבנן ניטאמאל א לכתחילה עיין טו"ז הלכות שופר סימן תקפ"ו לגבי שופר של איל ועיין דגול מרבבה שם.
די אלע האבען דאס יאר אליין געזעהן וויא דער בעה"ב פון די אויל איז געשטאנען גאנץ בין הזמנים ביי לי עווע. קארנער ראדני סטריט אין וויליאמסבורג. און פארקויפט אתרוגים און לולבים לכל היהודים אשר במדינות סאטמאר בלב העיר וויליאמסבורג
ואין פוצה פה ומצפצף בלי שום השגחה. און צענדליגע חסידישע יודען ובראשם רבנים האבן געקויפט ביי עהם.
וואס דאס איז נישט סתם א הידור נאר א מצות עשה דאורייתא וואס קומט נאר פאר איינמאל א יאר . און א שאלה פון א ברכה לבטלה. און אויך די איבריגע טעג סוכות איז א מצוה מדברי סופרים מתקנת רבן יוחנן בן זכאי . און טאמער דער מענטש האט נישט קיין נאמנות זענען זיינע אתרוגים פסול לגמרי.
דא זעהט מען ארויס זייער הידור פון די פאלשע מערערים נישט די פאלשע שמן זית ארט זיי נאר זייער פאלשקייט וויא די אנשי סדום להבדיל מן הקצה עד הקצה.
אין אמתן האב איך שוין דאס געשריבן גלייך פאר סוכות להודיע פאר די וואס ווילן יא מקיים זיין די מצוה בשלימות.
נאר די זעלבע זאך. אז זיי ווילן נאר הערן וואס זיי ווילן הערן.
איך האב א סאך צו שרייבן וועגען די עניינים ועוד חזון למועד אי"ה.
נשלח ב-23/10/2007 02:21
עבד נאדיר
_________________
Support our troops
נשלח ב-22/10/2007 21:07
שלום עליכם עבד עברי!!! ירבו שרייבער'ס כמותך וואס זענען מהנה דעים עולם!!! יהא בואך לברכה! מיר האבן דיר שוין נישט געקענט דערווארטן, מיר האפן אז דו גייסט נאר נישט אזוי שנעל פארשוואונדען ווערן פון די מאפע ווי אין די פארגאנגענהייט. WELLCOME BACK
נשלח ב-21/10/2007 23:07
זאלן זיי אבער נישט בייז זיין, אז מ'לאכט פון זיי..
ווייל מ'דארף זיך היטן דעם כבוד אויכעט, און כ'ווייסנישט צו די אלע הייטליינס מיינט טאקע די טובת הציבור אדער יחוס עצמו, וכל הרודף אחר הפרסום הפרסום בורח ממנו..
נשלח ב-21/10/2007 22:56
אחי ורעי . ידידיי ואהוביי מאז ומקדם. להחזיר העטרה ליושנה. קודם כל שלום עליכם א גוט געבענטשט יאר עטץ זאלטץ האבן אויסגעבעטען אלעס גוטס פאר ענק און ענקערע משפחות הי"ו. און כל משאלות לבכם זאל נתמלא ווערן לטובה ולברכה. עדי נזכה בקרוב לראות בגאולתן של כל ישראל ושמחתן במהרה. (איינס פון די סימני הגאולה איז דאך אז עס וועט זיין א ווינטער אהנע קעלט און פראסט)
. איך זע אז איינער האט דא צוריק ארויפגעברענגט דעם אשכול פון די האט ליין פון ר' נחום ראזענבערג נ"י. לידיעתכם זאלט איר וויסען אז יעדע גוטע זאך האט א קעגנער אויך. מאויבי תחכמנו
עס איז דא א האט ליין וואס שימפט יעצט און שעלט רבי נחומ'ן מיט קללות נמרצות אשר אין דוגמתן בכלל אפילו אין די דיקשענערי פון קללות רח"ל . מיט א שרעקליכע האס און שנאה כדוגמא שנאמר בעשו הרשע להבדיל "ועברתם שמרה נצח" ער רופט עהם אהן מיט כינוי לשונות של גנאי "מקוה שווים באסיין"
און ער שעלט אויך . דזשי ענד דזשי קלאטינג. .אויך הגאון הגדול אב"ד וואדרידזש שליט"א ער רופט עהם אהן רח"ל "דואג ואחיתופל." . בתוך הדברים גרענעצט זיך זיין האט ליין מיט דברי זלזול על התנאים הקדושים "שמעיה ואבטליון" און אויך איז מעורב בתוך זיין האט ליין . דברי כפירה ממש מלובש בתןך שיינע דברי אמונה רח"ל ערגער וויא די בחינה פון קליפת נגה וואס איז נישט ליכטיג און נישט טונקעל נאר מעורב רע בטוב. .
(כבחינת הפלוגתא אנפאנג פסחים. רב הונא אמר נגהי ורב יודא אמר לילה. . רב הונא האלט אז מען דארף בודק חמץ זיין בין המשמשות ווען עס איז מעורב חושך ואור. (כפירוש הראב"ד) און רבי יודא האלט אז עס מוז זיין ממש לילה. )
די נומבער איז 2129907010 אבער אין מיין אז גלייך וויא איך האב דאס מפרסם געמאכט דא אויפן פארק. וועט ער גלייך און תיכף טוישן זיינע דיבורים אויף אנדערע זאכען וד"ל.
בדרך אגב די הויפט לוחמים קעגן עירוב למען קדושת השבת (בכלומערשט) הרב ביק און דער שאצער זענען דעם פרייטאג ארויסגעפארן קיין מאנסי . און זיי האבען אליין עכט מחלל שבת געווען זיי זענען אנגעקומען לאנג נאכן זמן של שבת קודש רח"ל. כידוע די מעשה פון הייליגן רבי ר' מיכל מזלאטשוב זי"ע מיט מורינו הבעש"ט זי"ע ואין כאן המקום להאריך.
אויך בדרך אגב וועגן די האט ליין פון אלטר משה וואס רעדט וועגן די טרייפענע פיש און מאנסי (וואס איז ערגער וויא פינקעל ווייל עס איז מער לאווין וויא טריפה און נישט געזאלצן פלייש) . דארף מען וויסן אז חסידישע אדער ערליכע יודען טארן זיך ממילא נישט פארלאזן אויף גיסינגער פון לעיקוואוד . וואס ער האט איינגעפירט אז מען זאל עסן אלע ווערעמדיגע ירקות בראקלי ספינאטש מיט א פאלשן הכשר .
און אויף זיין הכשר איז געבויעט די גאנצע הכשר פון די התאחדות הרבנים אויף "בודק" . וואס לעצטענס נאכדעם וויא מען האט זיי געפאקט מיט מאכיל זיין שקצים ורמשים לישראל. הייסן זיי לכתחילה אפקאכען אדער צומאלן די ווערעם פון זייערע (נישט) בודק סטראבעריס המתולעים בהכשר פון דעם זעלבען גיסינגער
(אולי "קיסינדזשער" דער אמעריקאנער סעקרעטערי אף סטעיט וואס האט פרובירט שלום צומאכן אין מיטל מזרח . אזוי מאכט ער שלום צווישן די ווערעם און די מענטשען רח"ל)
אויך וואס אלטר משה איז מעורר קעגען דעם "טויביס" בוך געשעפט אין מאנסי איז לידיעתי אמת ויציב. ווייל ער פארקויפט אויך ספרי כפירנ ומינות רח"ל ומצא מין את מינו .
סך הכל פון די האט ליינס איז .. אז דער איד מעג פיטערען דעם עולם מיט שקרים וכזבים. קומען די באי במחתרת אויף די האט ליינס און זענען א ביסל מגלה דעם אמת .
לפע"ד איז זיך ווערט משוגע צו מאכען זיבעציג יאהר אבי אויף צובויען איין כשרע מקוה פאר אידען.
ירבו כמותו.
נשלח ב-29/12/2006 03:26
עס איז דא א יוד אין וומסב"ג בערל טייטלבוים וואס איז עוסק אין שפאניע, וכמדומה לי האב איך אמאל געהערט פון אים וועגען דעם מקוה שנתייסד או נשפץ על ידי נחום ראזענבערג.
און דעם וועבזייטל וואס איך דערמאן לעיל זעהט מען בעליל אז ער האט געבויט א מקוה און סאן פראסיסקא. אזוי אויך ווייס איך פערזענליך פון צוויי מקואות און נ. דזש. וואס ער האט געבויט.
נשלח ב-28/12/2006 21:22
ער האט באמת געבויט אסאך מקוואות.
איך ווייס פון כל מיני פלעצער אין אוקריינא מיט 12-15 יאר צוריק
נשלח ב-28/12/2006 20:49
איך האב געהאט א חבר וואס איז זיך געאנגען טובלען דארט חתן ביום חופתו ...
דו קענסט דאס פערזענליך צו מפי השמועה? אויב יא דו ווייסט אפשר וואס ער האט דארט אויפגעטוהן?
ער האט דאס אויפגעשטעלט צו ער האט זיך געמאלדן אלץ רב המקוואות אין זיי האבן איהם גענומען ווי א רב המכשיר?
נשלח ב-28/12/2006 20:34
אין בארצעלונא
נשלח ב-28/12/2006 20:33
CHAPLAIN
דו אליינס קענסט פערזענליך א מקוה וואס ער האט אויפגעשטעלט אדער אפילו פאראכטן?