חרפה: זאליס ביי ציוניסטישע חנוכה פארטי
עס איז א שרעקליכע געמיינע בושה און חרפה וואס די זאליס האבן נעכטן געטאן.
ווען די זאליס האבן געהאט א דעליגאציע בראשות מ. ד. נידערמאן, פריעדמאן, נעכטן נאכט אין קראן הייטס ביי די חנוכה פארטי אין קראון הייטס, וואס מעיאר בלומבערג האט געריפען.
חוץ פון דעם וואס די מסיבה איז געווען מיקסט, אויסגעמישט מענער און פרויען מיט א שרעקליכע תערובות רח"ל.
איז די גאנצע מסיבה איז געווען א שטיק ציונות און שטיצע פאר די מדינה, יעדע רעדנער האט גרעדעט דארטן לטובת די מדינה הטמאה, עס איז געווען א שטיקל ראלי א קעגן די 6 משוגעים וואס זענען געגאנגען קיין איראן, עס איז אויך געווען דארטן א ריזיגע ציוניסטישע פאן.
עס איז א חרפה און א בושה ווי די זאליס שעמען זיך נישט, פאר זייער פאליטישע ציל זענען זיי גרייט צו טרעטען קבל עם ומלואה אויף די תורה הק', און אויף אונזער הייליגן רבי'ן מרן רביה"ק זי"ע, און זיין הייליגען ספר ויואל משה.
אוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה!
|
|