בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פריידיגע באריכט: דער שטערן צוריק אויפן האריזאנט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/12/2006 00:26 לינק ישיר 
פריידיגע באריכט: דער שטערן צוריק אויפן האריזאנט

דער פון אויבן פארלאזט נישט דעם אידישן פאלק, און אפילו מיר זענען שוין געווען איבערצייגט אז דאס איז עס, און די אויסזיכטן אז עס וועט כמעט נישט זיין קיינע זאכליכע און ליינבארע אידישע אויסגאבעס, איז דא גוטע נייעס אין דעם פעלד.

יעדער האט באוויינט די דראמאטישער שליסונג פונעם אזוי באליבטן אויסגאבע: 'דער שטערן', א מאגאזין וואס איז נישט געזען געווארן אין יארן. און מען קען זאגן מיט זיכערקייט און איר קענט דאס פרעגן פון אייער געשעפטסמאן, אז עס איז געווען דאס מערסטע פארקויפטער אויסגאבע וואס איז דא אין די אידישער שפראכע (אפשר נאך די פארסמטע פאלטישע צייטונגען וואס אחוץ די קלסיפיידס שטעלן זיי גארנישט צו. בלויז פארשטינקענע פראפאגאנדע, און מען קויפט דאס בלויז צו קענען מיטהאלטן די שמועסערייען אין די מקוואות).

עס האט יעדער געוואוסט אז ר' שמעון ראלניצקי ני"ו, א זעלטענער שרייבער אין היינטיגער תקופה, וועט נישט זיין ארבעטסלאז און וועט זיכער ממשיך זיין מיטן נוצן זיין זיסער פלוסנדער פעדער, און מען האט זיך צוגעקוקט מיט נייגער אויב ער וועט צוריקגיין צום אויסגעוועפטן 'בלאט' און עס אביסעלע אויפפרישן אז עס זאל האבן עפעס א פנים, און טראגן אביסל נארמאלקייט.

דאס האט אבער נישט פאסירט. עס האט שוין אנגעהויבן אויסזען אז ער וועט גיין אין דעם זעלבן וועג וואס אנדערע שרייבער פאר אים האבן געטאן, און אריינגיין אין א צווייטן ליין, און לאזן זייערע שרייבערישע טאלאנטן אויסוועפן.

איז דעריבער נישטא קיין בעסערע חנוכה מתנה פארן 'אידיש'ן פאלק ווי די נייעס אז דער שטערן איז צוריק דא און איז פולשטענדיג גרייט אונז צו באדינען אזוי ווי פריער, און לאמיר האפן אז דער עולם וועט נאך אסאך הנאה האבן פון זיין טאלאנטפולן פעדער




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2006 00:06 לינק ישיר 

גורארי', די ווערטער פון דיפלאמאט איז דאך ממש מתוק לחיך, איך ווייס אסאך וואס קוקען נישט ביידע פארומים, און אדרבה, פארוואס זאל מען נישט לייגן דעם זעלבן ענין אין ביידע פארומים? יעדער קען דאך קוקען לויט'ן קעפל אז ער האט שוין געזעהן דעם ענין.

אלזא האלט איך נישט פונעם דיל וואס דיפלאמאט וויל מאכן מיט דיר, נאר איך האב א ווענדונג צו אייך ביידע, שרייבט נייעס אין 'ביידע' פארומ'ס.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פריידיגע באריכט: דער שטערן צוריק אויפן האריזאנט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext