בית פורומים כל העולם כולו

בני יואל/נטורי קרתא: זאליס זענען די אמת'ע טעראריסטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/12/2006 05:09 לינק ישיר 
בני יואל/נטורי קרתא: זאליס זענען די אמת'ע טעראריסטן

ענדליך האבן זיי איינגעזען דעם אמת, ווער ס'זענען די אמת'ע טעראריסטן.

אין א שארפן בריוו וואס די נטורי קרתא און בני יואל האבן ארויסגעגעבן קעגן דאמב אטאקירן זיי אים פאר'ן זיך צוחנפענען צו די זאלי קאמפאני, משה גבאי, לעיזער קעסטנבוים און דער סיגעטער, וועלכע האבן דורכגעפירט טעראר אטאקעס במשך די אלע יארן, און דערנאך געמאכט דעם "מנהיג פון מאנרא" אלס זייער שעיר לעזאזאל.

דער בריוו איז א "מאסט ריד". יעדער מוז עס ליינען.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2006 09:06 לינק ישיר 

די חברה האבען פיינט געהאט דעם רבין דעם "ברך משה" מעולם . בפרט נאכן יום המר והנמהר כ"ו מנחם אב תשל"ט האבען זיי באקומען צו עהם א סאך א גרעסערע שנאה כאילו וויא ער וואלט געווען דערשולד וואס עס איז נסתלק געווארן פון אונדז אבינו רועינו רועה ישראל זי"ע בעווה"ר. און נאר באין ברירה כדי צו האבען ווייטער א שייכות מיט שלומי אמוני ישראל אנ"ש סאטמאר האבען זיי זיך געמאכט וויא זיי האבען א שייכות מיט סאטמאר און מיט די שיטה נאכמער וויא דער ברך משה. אבער באהאלטענערהייט האבען זיי כסדר חוזק געמאכט און געשטאכן דעם רבין דעם ברך משה . און אפענערהייט דעם רבין מהר"א שליט"א. ביי יעדע געלענהייט. אנגעהויבן ביי די בר מצוה פון הגה"צ רבי מענדעלע שליט"א אב"ד. וואס זיי האבען בפניו פון ברך משה געמאכט א חוכא ואטלולא. נאכדעם ביי די חלב פרשה. און ביי די הכתרה פון מרן מהר"א שליט"א . נאכדעם ביי די פרשה פון די בני יואל. וויא דער האט זיך אפען אויפגעשטעלט און געגעבען חיזוק פאר זיי. אויך ביי די ערשטע חתונה וואס דער רבי דער ברך משה האט געהאט די זכיה חתונה צו מאכען זיינע ערשטע צוויי איינירקלעך. האבען זיי געדרוקט און ארויסגעשיקט "טמאנע ביכלעך" פול מיט האס און שרעקליכע שנאה קעגען דעם ברך משה . און עהם גמאכט געמאכט ללעג ולקלס ביי די וועלט . די שונאים פון סאטמאר האבען געלייענט דאס טמנא ביכל מיט גרויס שמחה . אבי מען שלאגט זיך ענדליך אין סאטמאר די חסידים קעגען זייער אייגענעם רבין.  נאכדעם ביי חתונה זעלבסט האבען זיי געמאכט א חורבן מיט א בזיון נורא פאר די גאנצע וועלט. עס אינטערסירט זיי נישט דעם כבוד פון גאנץ סאטמאר. נאכדעם ביי די סקול דיסטריקט פרשה זענען זיי ארויסגעקומען מיט אלע זייערע קוילען ממש כדי להמית אונטערצוברענגען און אפווישען די משפחת התמרים.  נאך די הסתלקות האבען זיי מבזה געווען דעם ברך משה שוידערליך. מיט זייער שופר וואס זיי געבען עהם חיזוק א מ ג . און זיי האבעין גענומען רז"ל מיט עהם צו נוצען פאר שטעקען מבזה צו זיין דעם אייגענעם טאטען זי"ע מיטן אייגנעם ברודער כעשיו שונא ליעקב (להבדיל). אבער יעצט ווען זיי מיינען אז די צייט איז שוין אנגעקומען. האבען זיי אנגעהויבען ארויסצוווייזען זייער פינסטערע האס און שנאה קעגען עהם אויך אזוי וויא קעגען די גאנצע משפחת התמרים. . אזוי וויא ער נאר געזאגט א ווארט אנדערש וויא זיי וועגען דעם ענין פונעם "נאמען ברך משה" אדער יעצט ביי די פרשה פון די איראנער. שטיצט דער זעלבער אפען די איראנער און וויל צוברעכען דעם גאנצען כח פונעם בי"ד פון סאטמאר מיט רז"ל בראש (וואס דעם בי"ד אליין גייט אויך נישט אהן א סאך צו רז"ל ווייל זיי ווילן זיך בויען יעדער פאר זיך) .  א גרויסער שאד וואס רז"ל  האט זיי נאכגעטאנצט ביי די פרשה פון עירוב. און האט זיי געגעבען כח און פולמאכט ארומצושפרינגען אויף די גאסען און עזות ן קעגען זקנים עם נערים אנשים ונשים. . און דורך דעם הייסט ער אויך א טעראריסט און האט פשוט פארלוירן זיין חן ביי אלע קהילות און איידעלע מענטשען אין ווויליאמסבורג און איבעראל כמובן. . ווען ער פאלגט וועין זיין טאטען אזוי וויא עשו עכ"פ . וואלט ער נישט געהאט שייכות מיט זיין טאטענס בלוט שונא . וואלט ער נישט געווען אנוטערגעווארפן אונטער זיינע רשעותדיגע (עקסטרעמע) קאפריזען. ל"ע.

http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2106346

ביי עהם און זיינע חברה הייסט קנאות זיך ארומצוהאלזןן מיט גויים און אראבישע גויטעס. ביי עהם הייסט קנאות צודרייען זיך שבת קודש אין די גאסען און מקיים וראיתם אותה
נאכקוקען פרויען רח"ל.
היינט הייסט קנאות . דער וואס דאווענט נישט אדער דאווענט נאך חצות והעיקר ער קען רעדן אויף רבנים אויך אויף שוכני עפר.
דאס וואס דער רבי זי"ע דער בעל דברי יואל האט בפירוש געזאגט און געשריבן "דאס מיינט היינט  גארנישט" און דאס  (עירוב)  וואס ער האט קיינמאל נישט געזאגט "לא צויתי ולא דברתי ולא עלתה על לבי"(ירמי' יט פסוק ה) דאס איז די וויכטיגסטע און דאס איז די גרעסטע פירצה.
מאכטסט מען זאל נישט וויסן וואס דו האלטסט. "דעת תורה" אדער דעת תורא"
מען ווייסט נישט וואס הייסט שומרי שבת און וואס הייסט מחללי שבת רח"ל.
באלד וועט מען נישט קענען זאגן "בין אור לחושך" ווייל עס שמים חושך לאור(ישעי' ה פסוק כ)  "בין ישראל לעמים" ווייל מען איז מבטל אלע הבדלות בין ישראל לעמים "  
בין יום השביעי לששת ימי המעשה . ווייל דער שבת באקומט ח"ו א צורה פון שיכורים טאג.

או צו דיר החשוב "יוסףאלי'  רעדסט עפעס דיבורים . איך וויל נישט מאריך זיין . דער רבי זי"ע האט געהייסן אין די ישיבה הקדושה. אלע מגידי שיעורים זאלן אויסרופן בפני כל עם ועדה און פארדאמען וואס די "שווארצע" האבען געטון און געגאנגן פראטעסטירן . ביי די יו ען. יעדער מגיד שיעור איינס ביי איינס איז ארויפגעגאנגן און געזאגט זיינע פאר ווערטער כפי צחות לשונו. יעדער האט געווארט בדריכת הנפש צו הערן וואס רבי אברהם לייטנער שליט"א וועט זאגן. ענדליך איז געקומען זיין רייע מען האט געמיינט אז ער וועט זאגן אז ער זאגט זיך אפ פון די ישיבה און ער האלט זיך צו זיינעם קעגן רבינס רצון. אדער ער וועט צוריקציעהן און זיך מבטל זיין צום רבין זי"ע.  דערווייל איז ער ארויף געגאנגן און געזאגט א "לישנא דמשתמע לתרי אנפין" וואס יעדער האט געקענט טייטשן וואס ער געוואלט 

 די ווערטער האט ער געזאגט "פי כפיהם ידי כידם  עד כאן"

וואס דער ברך משה האט געזאגט בשם רבינו הקדוש זי"ע ווייס דאך יעדער (של"ס פרשת כי תשא תשנ"ה) בתוך הדברים "איך האב ב"ה נישט געהאט א שייכות קיינמאל מיט אים ( אברם הוא אברהם ...הוא ברשעו מתחילה עד סוף)  דער פעטער ז"ל האט איפ מרחק געווען. נישט געוואלט הערן פון אים כידוע.!! ברויכן מיר זיך אויך מרחק זיין פון אים כמטחוי קשת. וכו'
הלכה ברורה.  מען טאר אים נישט הערן! זיין הוראה איז אסור! מטאר אים נישט מצרף זיין צו מנין וכו' צו קיין שום דבר שבקדושה קאן מען נישט מצרף זיין דער וואס גייט צו אים אריין אדער וואס האט מיט אים שייכות וכו' וכו' ע"כ
אין לי אחריות על הדברים ואין צריכין לאחריות שלי. נאר אזויפיל באגלייבט איז דער ברך משה בשם אונזער רבין זי"ע זיכער צו יעדער צייט . אזויפיל וויפיל די שרייבערס דא אויפן פארק זיכער וד"ל. 

און היינט קען מען גארנישט וויסן ווייל אפילו דאס ביד"צ פון סאטמאר וואס גייט יעצט מאכן א וועד הכשרות . קען ח"ו זיין אז דאס וואס זיי וועלן יעצט זאגן "טריפה" וועלן זיי אין פאר יאר ארום זאגן "כשר"   אזוי וויא דער "ראדני עירוב"  "רבי מעכל לעבאוויטש כת ש"ץ"  "בני יואל" "פאבליק סקול" בקרית יואל . טאקע בנידן דידן מיט רבי אברהם לייטנער. יא חלב נישט חלב. וכדומה.
 והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו  ועל כל ישראל אמן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2006 07:33 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2006 06:59 לינק ישיר 

ס'איז א מעכטיגער בריוו. איינס און א גוטס.

אגב, האט איינער דעם אריגינעלן בריוו פון דאמב קעגן נטורי קרתא?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/12/2006 06:56 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2006 05:30 לינק ישיר 

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2006 05:29 לינק ישיר 

לאז נישט ווארטן

לאזן יעדן זען דעם בריוו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2006 05:26 לינק ישיר 

א לינק פליס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בני יואל/נטורי קרתא: זאליס זענען די אמת'ע טעראריסטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext