| נשלח ב-27/12/2006 04:01 |
|
| |
פיקטשערס,
פון די פריערדיגע תגובת קוק אויס אז מען האט געטראפן פונקטליכע דאקומענטן, און ברודער שוועסטער גיין זיך טרעפן.... האב איך אביסל מסביר געווען מציאת הדברים.
אגב אמת אז דער רעפארטער זאגט אז מען האט געטראפן פונקליכע רעקארדס, אבער ווען מען קוק גוט זעט מען אז מען רעדט ווייט פון דעם, ער האט דארט דריי איבערלעבער, פאר איינעם ווייזט ער א עדמישען קארד, פאר איינעם אז מען האט אויסגעשטראכן זיין נאמען פון א ליסט וואס געדארפט גייען צו א טויט לאגער, אין נאך קליינע זאכן, דאס איז ווייט פון פונקטליכע רעקארדס, דער רעפארטער בלאזט עס (אביסל) אויף.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2006 02:51 |
|
| |
געדאנקען מוז אלעמאל זאגן פארקערט ווי יעדן איינעם.
קוק די קליפ וועסטו זען, אז נישט דאס איז דער חידוש אז זיי האבן געהאלטן עפעס רעקארדס. דער חידוש איז אז זיי האבן געהאלטן אזעלכע פינקטליכע רעקארדס, ממש אפילו ווי גרויס די לייז זענען געווען! און אויך אז זיי האבן "יא" פארשריבן גענוי ווען זיי האבן גע'הרג'עט טויזנטער אידן, און זיי האבן אפילו געגעבן פאר היטלער ימ"ש א מתנה א בוך וואו ס'איז פארשריבן ווען טויזנטער אידן זענען גע'הרג'עט געווארן. קיינער האט נישט געזאגט אז מען וועט געוואר ווערן גענוי ווען אלע זעקס מיליאן קדושים הי"ד זענען גע'הרג'עט געווארן. אבער מען וועט יא וויסן פינקטליך ווען זיי האבן געהרגעט "טויזנטער" אידן, און אסאך אלטע אידן וועלן אויך געוואר ווערן וואו ס'זענען אהינגעקומען זייערע נאנטע, וואס מען ווייסט נישט ביזן היינטיגן טאג וואס מיט זיי איז געשען.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2006 02:37 |
|
| |
ווערט'ס נישט איבער עקסיידעט, די רשעים האבן טאקע געהאלטן/געמאכט רעקארד'ס, אבער עס איז נישט מעגליך פון אלעס, מן הסתם זענען די רעקארד פון די וואס זענען אריין אין א לאגער, אבער די וואס זענען געהארגט געווארן דורך אקציע'ס, ווי למשל די וואס זיי האבן ארויס געטראגן צו א וואלד און געהייסען גראבען זייערע אייגענע גריבער ר"ל, אדער די וואס זענען נעבעך אוועק אין טויטען מארש, זענען לכאורה נישט רעקארדעט געווארן.
kj, עס איז געווען אסאך וואס האבן אדורך געלעבט, און זענען געהארגט געווארן ווען די רוסען זענען אריין געקומען.
פארגעסט נישט, עס איז געווען א מלחמה ווי צענדליגע מיליאנען זענען געהארגט געווארן, און עס האט זיך געטון א שרעקליכע צומישניש און מענטשן זענען נעבעך געפאלן ווי פליגען פון אלע זייטן, דער חידוש איז נאר אז די רשעים האבן בכלל געהאלטן עפעס רעקארדס אויך מענטשען וואס זיי געהארגט אזוי ווי מען קוילערט טשיקען ר"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2006 00:32 |
|
| |
אינטערסאנטע לדוגמא
ווי באוויסט האט רבינו זצ"ל בעל ברך משה געהאט א ברידער זישא, און מען האט אלס געהאט א חשד אז ער האט דורך געלעבט די קריג און אנטלאפען קיין רוסלאנד.
איז אפשר פון די ארכיווען קען מען לכאורה אויסגעפינען דער אמת?
כהנה וכהנה עס קוקט אויס אז אסאך אידישע משפחות ברידערס און שוועסטער טאטעס און קינדער וועלן זיך צוזאמטרעפען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2006 00:21 |
|
| |
ימח שמם וזכרם !!!
שם רשעים ירקב !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2006 05:52 |
|
| |
ניין, נישט צום גלייבן ווי ווייט זיי האבן געהאלטן רעקארד אויף יעדן מענטש
און אויף יעדע רשעות שטיק, און נאך מיט אזא 'דייטשע פינקטליכקייט'.... !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2006 04:59 |
|
| |
איז דא א וועג איך זאל קענען סעיוון די רעקארדינג ביי מיר אין קאמפיוטער ?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2006 02:46 |
|
| |
וואס מיינט לא יאומן כי יסופר?
מען גלייבט נישט ווען מען פארציילט דאס
די ביסט אפשר א נטורי קרתא'ניק וואס לייקענט די האלאקאוסט,
וואס מאכסטו אזא טאראראם האסט נאך נישט געהערט פון די שואה
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2006 02:18 |
|
| |
ממש...............לא יאומן כי יסופר...!!!!!!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2006 01:14 |
|
| |
ממש מבהיל על הרעיון !!!!!!!
|
|
|
|
|