נאך א מעלה (וואס ארבעט נישט כראוי) איז אז מ'קען רעקארדן א שטיקל פון א פילם, ביז 30 סעקונדען. ד.ה. עס ווערט א GIF פייל, און מ'קען עס עניטיים איבערקוקן. איך האב מיך שטארק געפרייט דערצו, אבער למעשה ביים נוצן בין איך געווארן אנטוישט, עס רעקארדירט אלעס אין פיצל ממש, די קלענסטע וואס איז נאר מעגליך, מיט א שטאטקייט פון בערך 10 אדער 15 פרעימס פער סעקאנד, ד.ה. עס קוקט ליבערשט אויס ווי א "סליידשאו" פון אסאך פיצעלע פיקטשערלעך, נישט ווי א SMOOTH קליפ.
למעשה: איבער דעם קאוד, איז אזוי: ווי רוב קאמפאניס היינט, זענען זיי אויך קלוגער געווארן, און זיי פארלאנגען אלע אינפארמאציע פאר דו באקומסט דעם קאוד, דהיינו דיין נאמען, אי.מעיל, און נאך אינפארמאציע. און מסתמא ווען מ'נוצט דעם קאוד ווערט אריבערגעשיקט אינפארמאציע צו זיי און זיי קוקן אויב עס "שטימט" מיט זייערע אינפארמאציע.
ובעיני ראיתי, ווען איך האב אינסטאלירט דעם פראגראם און אנגעהויבן נוצן, האט מיר מיין "סעקיוריטי סענטער" פון מ'קעפי גלייך געלאזט וויסן אז "אינטעווידיאו" זוכט עקססעס צום אינטערנעט... דהיינו ער וויל וויסן אינפארמאציע וועגן דיר... ביסטו מסכים דערצו? האב איך געענטפערט "דאס איינע מאל יא", און קומענדיגע מאל האב איך שוין געענטפערט "לא" מיט אן אלף (און מיט א למד), און זינט דעמאלס ותשקט רצונו.
זעלבסטפארשטענדליך, איך קען דיר שיקן בלויז דעם נומער, נישט מיינע איבריגע אינםפארמאציע... אבער איך גלייב נישט אז עס וועט ארבעטן, ספעציעל אז דו האסט נאך ווערסיע 7. איך וועל דיר פרובירן שיקן דעם נומער אין אישית, און ביטע פרוביר דאס ווען דו ביסט נישט קאננעקטעד צו דעם אינטערנעט.
 |
|
|