| נשלח ב-2/1/2007 04:41 |
|
| |
טאגבוך פון אננא פראנק אין אידיש
איז דא צו באקומען אזא זאך ?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2007 23:40 |
|
| |
די צייטונג (פ' תצוה) זייט 7
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2007 04:19 |
|
| |
קעמאנטאטער
כ'האב דיר פארגעסן מודיע צי זיין
כ'האב שוין ערהאלטן מיין בוך, עס קימט אין געבינדען אין שטארקע הארטע דעקלעך, פינקט ווי א צווייטע בוך
עס דעקענט זיך נישט בעצם אז עס איז קאפיס, אבער מען זעט א עס איז נאך א דריק פין 40 יאר צוריק
ווייל מען דריקט שוין נישט היינט די פיצעלע אותיות,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2007 01:50 |
|
| |
ווילקאמען?
ווי האסטו געמאכט די פאטאס? אין אזא פראנק מוזיאום שטייט שטרענג אז מען טאר דארט נישט פאטאגראפעירען דעם דייערי.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2007 21:13 |
|
| |
זעט "די צייטונג" זייט 13 (בשלח)
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2007 15:43 |
|
| |
אנא! שלום עליכם! זעץ זיך און דערצעהלן זי אונז ביטע, וואס זי אלץ מיטגעמאכט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2007 05:50 |
|
| |
פרידען צו אייך, מיינע געערטע העררין אונד דאממען, עס איזט מיין האפפע אז איר וועט פאן מיין אנוועזענהייט היער געניסן,
איך דארף א וויילע זיך צו גרייטן, אונד דאן וועל איך פאר אייך פארשטעלן מיין אזוי בארימטן ליבען טאגעבוך דאס טאגבוך פון א קליין מיידעלע
מיט אכטונג
אנא
אמסטערדאם
1944 - 1929
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2007 01:09 |
|
| |
איך האב באשטעלט דארט אן אנדערער בוך אין עס איז געקומען אין א קאפי מיט א ווייכע דעקל.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2007 05:22 |
|
| |
איך האב עס נישט געקויפט דארט, מיין בוך האט בערך צוויי הונדערט זיבעציג זייטן און איז געדרוקט געווארן ערגעץ אין 1950'ס אין באונעס איירעס (א ארגינעלן קאפי, ס'ברעקעלט שוין באלד...)
דארט ווי דו ביסט געגאנגען דוכט זיך מיר אז ווען איינער באשטעלט סיי וועלכע פון די סארט (יקר המציאות'דיגע) בוכער, פרינטן זיי ספעציעל פארן קאסטומער א פאטאקאפי פון וואס זיי האבן געסקענט אין קאמפיוטער נישט קיין ארגינעלן, דעריבער לאז מיר ביטע וויסן ווי נאר דו קריגסט עס צו ס'איז טאקע אזוי,
יהיה איך שיהיה, בעט זיך דערווייל דאס קליין מיידעלע ביי אונזער געהויבן מנהל allnewspic ער זאל איר דאס טויער'ל אויפשליסן זי זאל זיך קענען פאר איהרע ברידער פין הארץ אראפריידן, אבער צום בעדויערן טוט ער זיין הארץ פערשטייפן צו איהרע תחנונים, פילייכט - אויב ס'וועט צושטאנד קאממען - וועט מען פאר איר'ט וועגן איין אנדער גאסט הויז אויסגעפונען, איר ארים זעהל אונטער צו לעהנען.
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 30/01/2007 5:39:21
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2007 04:03 |
|
| |
קאמענטאר, לאמיר זיך איבערבעטן, ווייסט דאך אז הקנאה התאווה. מוצאין את האדם, איך האב געהאט א שטארקע חשק עס צי ליינען
איך האב עס געקויפט ביי דיין לינק, ייש"כ פאר די אינעפערמאציע
איך האב עס נאך נישט באקימען, כ'האב עס באשטעלט שפעטער ווי דיר, איך בין געווען אביסל פארנימען
איך דארף עס באקימען עני דעי, איז עס כאטש א דיקע בוך פאר דעים פרייז?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2007 02:00 |
|
| |
איך בין נישט זיכער אז איך דארף זיך בכלל רעכענען מיט דיר, דו שרייבסט " עס איז א שאד זאלסט ארבייטען פאר מענטשן וואס דארפן עס ניטאמאל" כאולי דו מיינסט גאר מיין טובה, ווען איך האב עס געזוכט מיט ליכט ביזטו געווען דער איינציגער צו שטערן... איך מאך נאר א וויץ
BTW ווי האסט עס געקויפט, אויף מיין לינק?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2007 01:46 |
|
| |
איך בין בשו"א נישט מסכים
כ'האב געצאלט פאר די בוך 54 דאלער, אויב וועסט ארויסשטעלן דא אין פארק
וועט מיין געלט זיין ארויסגעווארפן, ווער עס איז אינטערסירט צי וויסען וואס עס שטייט אין דעם בוך זאל עס ביטע קויפן,
וועט ער עס קענענן ליינען מיט הנאה, אויב וויל ער עס נישט קויפן, איז א סימן אז עס אינטערסירט אים נישט,
עס איז א שאד זאלסט ארבייטען פאר מענטשן וואס דארפן עס ניטאמאל
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2007 22:13 |
|
| |
גם אני מצטרף בהסכמתי
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2007 21:43 |
|
| |
אדרבה ואדרבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2007 20:53 |
|
| |
אויב דער עולם איז מסכים, וועט זי אהער קומען דא אין פארום אין איר ארגינעלן געשטאלט, און פארשטעלן פילע (פאסענדע) אויסצוגן פין איר אזוי בארימטן טאגבוך
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2007 05:40 |
|
| |
קאמענטאטאר, געוואלדיג! איך וואלט הנאה געהאט צו הערן און ליינען נאך וועגן דעם (כאטש דו שרייבסט שוין זייער אסאך ביז יעצט, באמת א יישר כח). ובעיקר פון איר העלדישקייט וואס האט אזוי איבערגעדרייט א וועלט.
|
|
|
|
|