בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

להסיר מכשול - התאחדות הרבנים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/1/2007 22:36 לינק ישיר 
להסיר מכשול - התאחדות הרבנים

להסיר מכשול

אזוי וויא מען פרעפט שרצים אין די פראדוקטן פון די פירמע
NATURES FINEST // PEACHES AND PLUM COMPOTE      /   SOUR TOMATOES
עריבער טאר מען דאס נישט נוצע
י"ב טבת תשס"ז מחלקת הכשרות

דבר יום ביומו

אויך
איז נעכטן געווען א מיטינג אין בארא פארק פון רבנים וואס זענען ארויסגעקומען זייער שארף קעגן די בודק פראדוקטן וואס די סטראבעריס זענען פול מיט ווערעם . על כן טאר מען דאס נישט נוצען

און וועגען די איבריגע זאכען וועט מען בקרוב מודיע זיין

וועד הכשרות



תוקן על ידי allnewspic ב- 03/01/2007 1:55:56




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2007 17:08 לינק ישיר 

דא העלפט ניט די אלע היתירים אוואו ביי שמן זית?

אולי אפשר אף כאן לצרף צירופים וללמד איזשהו זכות....?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2007 17:53 לינק ישיר 

בדיעבד   אויף דעם וואס האט שוין געגעסן בין איך אויך מלמד זכות מיטן תירוץ פון השרייבער החשוב "געזאגט"  אז עס ווערט בטל. עס איז דאך נישט במשהו. 
 אבער לכתחילה טאר מען דאך א משהו אויך נישט אריינלייגען . . מעג מען דען אריינלייגען א משהו דבר אחר אדער חלב טריפה אין א ריזיגען טאפ זופ און פלייש.
בדיעבד איז עס טאקע נישט במשהו וויא חמץ בפסח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2007 18:18 לינק ישיר 

עבדעברי איך גלייב אז די דיסקלעמער איז נאר אז מען זאל נישט קענען סאען די קאמפאני, אין נישט ווייל מען איז דארט מבטל אן איסר לכתחילה.

אווי וועט זיין די דין אויב מען איז יא מבטל די איסר לכתחילה מעג מען דאס עסען לכתחילה ?

עס איז אפשר כדי צי מאכן א באזינדערע אשכול אויף כשרות.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2007 07:05 לינק ישיר 

עס איז דא א עמערדזשענסי כשרות אלערט אויפן נייעם געעפענטען האט ליין פון א מ ג . (געאסערט פון די רבני בני יואל) . אז מען האט געטראפן שרצים אין "בראקלי" פון בודק פון די התאחדות הרבנים און דער מנהל האט זיך אויסגעלאכט . און עס איז געבליבן אז מען דארף מאכען צוויי ברכות 1 בורא פרי האדמה אויף די בראקלי. און 2 שהכל אויף די ווערעם. 
נאר איינער האט געפאסקענט אז אזוי וויא די "בראקלי" ווערט בטל אין רוב ווערעם . דארף מען נישט מאכען נאר א "שהכל" אויף די ווערעם און מען פאטערט שוין די "ביסעל" בראקלי. וואס איז נאר א מועט

בקיצור עס איז נישט געבליבן קיין החלטה.
  מען וועט ווארטן ביז אלע בראקלי פון די התאחדות וועט פארקויפט ווערן.  און נאכדעם וועט מען מאכען א "ריקאל" אויף די בראקלי וואס יעדער האט שוין אויפגעגעסען.

נאכדעם זאגט ער. אז די קאמפאטס פון די התאחדות ווואס זיי האבען שוין יא מפרסם געווען אין דבר יום ביומו אז עס איז ווערעמדיג.   פארקויפט מען נאך אלץ אין אלע היימישע געשעפטן. מיט זייער הסכמה.ויאכלו גענווים וישבעו.
אויך לאזט ער וויסן אז מאנטעווידעאר רב שליט"א האלט מיט און איז מחזק די וואס זענען געפארן קיין איראן. . ממילא מוז יעדער אויך אזוי האלטן. . דאס הייסט טאמער עס איז א דא מחלוקת צווישען רבין זי"ע מיט הרב לייטנער איז הלכה כמאנטעווידעא.

די אלע זאכען חאטשיג מען קען נישט בויען אויף זיינע ווערטער . אבער למיחש מיהא בעי. און עס שטייט אין ישמח משה . אז מען דארף אנטלויפן פון צ"ט שערי היתר . וויא איידער צו באגעגענען איין שער של איסור . כמובן 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2007 07:23 לינק ישיר 

"פון דא דארט" יקירי. קודם אנטשולדיג פארוואס איך האב דיר נישט גלייך גענטפערט ווייל איך גלייך נישט צו ענטפערן שאלות להלכה אויפן קאמפיוטער
און בכלל לכתחילה שרייב איך נאר זאכען . וועגן כשרות למעשה . אדער וועגען אמונה זאכען. אדער . סתם אידישע נייעס. אדער מחאות קעגען די זענען מהפך דעת תורה פאר דעת תורא. פאר דעם נוץ איך אמאל "ליצנותא דעוברי עבירה" .                  אבער לכבודך וועל איך ענטפערן
עס איז א בפירושער מחבר אין שו"ע יו"ד סימן צ"ט סעיף ה. . אז טאמער מען האט אריינגעגאסן א איסור אין א היתר. דאס הייסט אז אין א טאפ זופ און פלייש וכדומה איז געווען ששים (און אפילו א סאך מער) און ער האט אריינגעגאסן אביסעל מילך. אדער טרייפענע פעטען.
 האט מען עהם געקאנסעט (מדרבנן)   . ער זאל נישט האבען ריווח דערפון.  יעצט טאמער האט ער עס מבטל געווען פאר זיך צו עסן איז עס אסור פאר עהם און זיין משפחה .
טאמער האט ער עס מבטל געווען צו פארקויפן . טאר ער דאס נישט פארקויפן. . די זעלבע איסור איז דא ווען אין א "קעסעל" (יורה) דאס הייסט א ריזיגע טאפ פון א גויישע פעקטארי איז דא דערין "טרעיסעס" פון חלב עכו"ם" (חלב טריפה) טאר א יודישע קאמפאני נישט באשטעלען אז דער גוי זאל דארט מאכען פאר יודען טייני ביטס  אדער פינאט טשוס און טאמער האט ער יא געמאכט טאר ער עס נישט פארקויפן    
.( אבער די יודען וואס וויסן נישט אז מען האט מבטל געווען און אדרבה עס איז זיי נישט ניחא . מעגן דאס עסן. אזוי פאסקענען רוב אחרונים אשר מפיהם אנו חיים)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2007 07:57 לינק ישיר 

איך מיין אז סי איז גער וויכטיג אז מען זאל מסיר זיין דעם גרויסע  מכשול וואס הייסט התאחדות הרבנים, וואס א יעדער בר דעת פארשטייט אז סי האט שוין לאנג נישט צו טוהען מיט רבנים, און רבנים האבען מיט דעם גער נישט צו טוהען, סי איז א PRIVITLY OWEND  וכן אגודת הרבנים, אפשר וועט שוין סוף סוף צוריק זיין א מצב אז היימשע אידן וועלען גלייבען אין רבנים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2007 19:08 לינק ישיר 

לשן עבד עברי:

קודם אנטשולדיג פארוואס איך האב דיר נישט גלייך גענטפערט ווייל איך גלייך נישט צו ענטפערן שאלות להלכה אויפן קאמפיוטער...

במחילת כבוד תורתך, אפשר זאגט איר ווען און וואו איר ענפערט יא שאלות, און זייט מוחל לייגט ארוף אייער נומער טעלעפון מ'זאל אייך קענען רופן מיט שאלות...

יעצט אוף די לעצטע תגובה, לאו סיפא רישא, ולאו סיפא רישא

איר גלייכט ניט צו ענפערן אין קאמפיוטער, און תיכף "מחמת חביבות ליצנותא... דעוברי עבירה".. ענפערט איר יא אין קאמפוטער...

נעמט עס ניט פרעזענדליך... ס'איז בלויז "ליצנותא...."...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2007 23:03 לינק ישיר 

מאה_אחוז . איך האב הנאה פון דיר ווייל דו מאכסט לעבעדיג דעם פורום. . אזוי וויא די גמרא זאגט אין ב"מ(פ"ד) ביי ריש לקיש אז רבי יוחנן האט הנאה געהאט וויא מער קשיות מען פרעגט.  און דאס זעלבע האף איך אז אלע שרייבערס האבען אויך הנאה.  די גמרא זאגט אין מס' תענית(כ"ב) אז דער וואס דערפרייט אידען איז א בן עולם הבא. . 
נאך א זאך איך האב שוין א פאר מאל געשריבן אז מען דארף נישט מדייק זיין אין מיינע ווערטער. וויא להבדיל אין א תוספות . אדער מהרש"א נישטאמאל וויא אין א פמ"ג.
מיין טייערער ידיד פון קאמפיוטער(מאה_אחוז) .   שאלות להלכה למעשה דארף מען פרעגען א רב אדער א דיין אדער אפילו א מו"צ. . נישט דאס האב איך געמיינט.  איך האב נאר געמיינט שאלות אין עניינים וואס שטייט אין שו"ע אדער אין גפ"ת. . נישט למעשה וואס דאס ענטפער איך יא. אבער לכתחילה נישט אויפן קאמפיוטער. .
  דו ווייסט אז איך האב נאר אנגעהויבן צו שרייבן זייט די מיעל מארט שערוריה מחמת איזה סיבה.  און נאכדעם שרייב איך געווענליך. נאר אויף די אויבערדערמאנטע עניינים. אויסער אז איינער פרעגט מיך אדער איינער טשעפעט זיך אהן אויף מיינע ווערטער צו יא "פערזענליך". אדער נישט נישט פערזענליך סתם" ליצנותא". וויל איך עס פארענטפערן.
 בפרט ווען איך זעה אביסעל לויטן יענעמס שרייבן אז יענער איז א חשובער שרייבער כמותך . וויל איך עהם ענטפערן. און איך זאג דיר נאכאמאל אז איך האב הנאה ווען  דו געסט אביסעל  א טשעפע. . ווייל סוכ"ס מאכסטו נישט אוועק די יסודות. וואס איך וויל דא ארויסברענגן. .

תמצית פון די יסודות

אראפרייסן די וואס שטעלען זיך אויף מיטן שיטה פון עמלק אני ואפסי. אלץ אויף איין אופן מיינס איז גוט און יענעמס נישט.  ווען עס קען זיין אולי אפשר פארקערט.
צווייטענס להסיר מכשול מדרך עמי.
איך האב א סאך זאכען וואס צו שרייבען. למשל וועגען די וועד פון בארא פארק וואס איז געשטעלט אויף פאלשקייט און מאזני מרמה. איך האלט מיך נאר צוריק . ווייל איך ווארט אביסעל. מען זאל זיך אליין איבערצייגען וויא די גאנצע וועד איז א שטיק פינסטערע פאליטיק. שבקא לרויא דמאליו נפל.(שבת ל"ב) 
למשל נאך די אלע אדוועטייזמענט וואס התאחדות שטעלט אז זייערע בעקעריס זענען בעסער געווארן . שניידט מען נאך אלץ "טשיז קעיק" (קעז קוכען)  אויף די זעלבע פלאץ וויא מען וועגט די אנדערע פארעווע קעיקס און חלות .
 אזוי וויא עס איז אליין נתברר געווארן נעכטן ביי א חשובע בעקערי אויף ליע עווע. אין וויליאמסבורג. א פרוי איז אוועקגעגאנגען און איבערגעלאזט אלע קעיק און ברויט ווייל זי האט דאס צוגעזעהן. 

און די גאנצע מעשה . פארוואס די התאחדות   פארפירט די וואך אין "איד" וועגען עפעס א קאנסערוואטיווע ארגאנאזאציע וואס וויל נאכקוקען די הכשרים אדער עפעס אנדערש. איז נאר ווייל התאחדות וויל ווייזען אז זי לעבט נאך. זיי האבן מורא אז סאטמאר (רז"ל) האט אן אייגענען כשרות בי"ד . אן אייגענע בית הוראה.  זיי (די התאחדות) זענען שוין אינגאנצען איבעריג .  דאס ביסל וואס זיי האבען פארטרעטן איז דאך נאר געווען סאטמאר  אהן סאטמאר זענען זיי גענצליך איבעריג. און בפרט יעצט וואס ביי די מיטינג אין בארא פארק האט מען מברר געווען אז זייערע אלע פראדוקטן איז ווערעמדיג.
 מען האט שוין לאנג געשריגען הבודק צריך שיבטל די קאמפאני בודק וואס איז מכשיל רבבות יודען מיט תולעים צענדליגע לאווין די קאמפאני צריך שיבטל דארף בטל ווערן. . ממילא ווילן זיי  ווייזען אז זיי די התאחדות זענען קנאים  זיי שלאגען זיך פאר יודישקייט נישט נאר מיט א מ ג נאר אויך מיט די קאנסערוואטיווע וואס ווילן נעבעך אונטערברענגן זייער כח הכשרות. וואס זיי האבען ממילא נישט . ואכמ"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2007 00:32 לינק ישיר 

עבד עברי


אויך
איז נעכטן געווען א מיטינג אין בארא פארק פון רבנים וואס זענען ארויסגעקומען זייער שארף קעגן די בודק פראדוקטן וואס די סטראבעריס זענען פול מיט ווערעם . על כן טאר מען דאס נישט נוצען

און וועגען די איבריגע זאכען וועט מען בקרוב מודיע זיין


איך זעה נישט קיין שום צעטל פון קיין רבנים, דערווייל זעהט אויס דו ביזט סתם א מוצא לייז (אדער ווערים) אומעטום...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2007 01:31 לינק ישיר 

באטשי . איר זענט אפשר דארט געווען אייערנעכטן ביי די אסיפה פון די רבנים?

איר ווייסט דען נישט דעם אמת אז מען האט אונטערגעזיכט עטליכע פעקלעך סטראבעריס און מען האט געטראפן טויטע שרצים. .  די רבנים זענען ביי די מיטינג שארף ארויסגעקומען בעל פה קעגען די סטראבעריס און קעגען די בראקלי. . נאר קיין צעטל אויף די גאס איז נאך ביזדערווייל נישט ארויסגעקומען.    איר מעגט עסן די סטראבעריס נאכען בודק זיין יעדעס איינע    
די ערשטע צעטל פון די התאחדות וועגען די ווערעמדיגע קאמפויט האסטו יא געזעהן?
עס שטייט בפירוש די וואך אין "דער איד". מעגסט דיך מטריח זיין און נאכקוקען אויב דו ווילסט וויסן דעם אמת.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2007 02:01 לינק ישיר 

עבד עברי

חפי ידיעתי האט די קאמפאט גארנישט מיט בודק, סאיז התאחדות

סאיז א פארברעכן פון די התאחדות אז א גאנצע וואך האט מען געאכעלט תולעים מיט שרצים.

זיי דארפן דאס מפרסם זיין אויף אלע גאסען נישט אין א פאליטישע צייטונג.

פלאקאטן אזוי גרויס לכה"פ ווי מבצע כופר נפש פון אתרא קדישא  




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2007 02:30 לינק ישיר 

באטשי היקר והחשוב
 הנני עומד וכו' על המשמר ומחלה פניך . זאלסט אהנעמען די זאכען ערענסט. כי מכותלי כתיבתך ניכר שת"ח אתה.  .מעשה שהי'  נאך די מיטינג ווען מען האט זיי אויפגעוויזן אז אין בודק איז דא ווערעם אין א פאר זאכען . האבען זיי נישט געוואלט מודה זיין . ווייל בודק איז איינס פון זייערע גרויסע אקאונטס. 
האבען זיי ענדערש געמאכט די כפרה הינדל . די קאמפאטס פון "נעטיורס פיינעסט" וואס קומט פון בולגארי. וואס ביי דעם מאכען זיי נישט קיין גרויסע זאכען.  און שוין לאנג וויא מען רעדט דערויף.  
באין ברירה ווען זיי האבען געזעהן אז א מען קומט זיי פארצוקען . האבען זיי געווארפן פארן להבדיל דעם הונט א ביינדל. די קאומפאוט . און אריינגעשטעלט אין "דער איד" א קליין צעטלע. און נאך מער זיי שרייבן נישט . אז מען טאר דאס נישט עסן. 
נאר זיי שרייבען א עצה טובה מען זאל עס נישט עסן ודו"ק .
די רבנים פונעם מיטינג ווארטן נאך ווייל מען וויל נישט מאכן קיין מחלוקה.

דאס וואס דו שרייבסט אז א גאנצע וואך האט מען געאכעלט תולעים מיט שרצים.  ליידער ציהט זיך שוין די מעשה עטליכע וואכען וד"ל.
דו ביסט דאך א חכם. זאג איך דיר . יותר מה שכתבתי לפניכם בגלוי כתיב כאן.   ישמע חכם ויוסיף לקח.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2007 21:54 לינק ישיר 

עבד עברי

אני על משמרתי אעמודה

בודק האט א חזקת כשרות עד שיוודע לך אחרת
און מיינט נישט היידפארק...

איך גיי יעצט מאכען דעם בראקאלי קוגעל

אגוט שבת




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2007 21:59 לינק ישיר 

דער היילגער קאלעווער רבי רב יצחק אייזיק טויב זי"ע האט געגעסען קערשין אומגעקליבן. . האט איינער פון די תלמידים געזאגט. אז ער וואלט נישט געגעסן פון רבינס טעלער קערשין. ווייל פונקט די קערשין וואס דער רבי עסט האט נישט קיין ווערים. אבער די קערשין וואס ער וועט עסן וועט יא האבען ווערעם. פונקט וויא אין איי האט א בליץ טראפ און א צווייטע נישט
אבער פון א בהמה וואס דער רבי עסט דאס פלייש וואלט ער יא געגעסן ווייל אז טאמער עס איז כשר פארן רבין דעמאלס איז עס כשר פאר יעדען. . עס איז מרומז אין די גמרא אין מסכת ביצה. טרעפ צו .  א גוטן שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > להסיר מכשול - התאחדות הרבנים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext