א שיין פנים: זאלי'ס קעגן אלטר משה
א שיין פנים טראגן זיי די זאלי'ס, ווער געדענקט נאך די אלטע צייטן: מען גייט מאכן פון ר"א א ישראל'יק, א רויזעלע, א כ'געדענק שוין נישט פונקטליך וואס נאך, מען פירט עם ארויס נישט נאר פון וומ"ס נאר אויך פון ק"י, און אפשר גאר פון גאנץ סאטמאר, ער פארט מאכן א ביהמ"ד אין פלעטבוש, קווינס, אויסטראליע, האנג קאנג.
נא פון דעם האט מען זיך שוין אויסגעטשוכעט, יעצט גייט מען אונטערברענגען דעם עירוב, טראלאלאלאלאלאלא טשיריביריבאם, מען זינגט נאך דעם ניגון ביז היינט, מען שרייט טאקע אויף די מילך קעסטלעך, אבער דער עירוב איז דא.
נעקסט, מוסרים, מלשינים, רוצחים און ווער געדענקט נאך וואס נאך אלס, רבן דקרו, וגו' וכו'.
נא, פרעג איך אייך טראגן זיי נישט קיין שיין פנים די זאלי'ס אז נאך זיבן יאר ועוד, פון מלחמות האט מען זיך דערלעבט, אז מען איז געווארן דער בעל פלוגתא פון ......... יא יא נישט קיין אנדערן ווי אלטר משה ג"ב.
תחזקנה ידיכם, כה לחי.
א פרייליכן פורים
|
|