שבת ויחי שובבי"ם: רבינו שליט"א בוויליאמסבורג
דעם שב"ק פרשת ויחי וועט רבינו שליט"א וויילן און פראווענען אין וויליאמסבורג.
די תפילות ועריכות השולחנות וועלן געפראוועט ווערן אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר הופפער סט.
מיט געגועין דקדושה ווארטען תלמידי וחסידי סאטמאר אויף די געהויבענע שלש סעודות ווי רבינו שליט"א וועט זאגן די הייליגע שובבי"ם תורה, ווי אידן וועלן זיך אויסוואשען און אויסוויינען פארן בורא כל עולמים.
עס וועט זיין די ערשטע שובבי"ם תורה פון רבינו זינט די התמנוות.
זינטאג נאכט וועט פארקומען דעם געהויבענעם דינער פאר די הייליגע מתיבתא הקדושה תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר קרית יואל יצ"ו, וואס געפינט זיך על קברו של מרנן רביה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיעועכי"א זצוק"ל.
|
|