בית פורומים כל העולם כולו

וואס טוט מען ניטול?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/1/2007 04:28 לינק ישיר 
וואס טוט מען ניטול?

געוואלד וואס טוט מען אזא לאנגע נאכט און נאך ניטול אויך

דעם שינה בשבת תענוג האמיר דאך אלע מקיים געווען ווי א זומער שבת נאכמיטאג מיט אפענע פענסטער אדער עירקאנדישאן אבער דעם מוצאי שבת האט זיך אנגעריקט ווי א פשוטע ווינטער שבת אום זעקס אזייגער, האב איך א לאנגע נאכט אבער נישט וואס צו טיען,
איך האב א געוואלדיגע יצר הרע צו פארהערן די קינדערלעך דעם ואני,
אבער סאיז ניטול איך בין מיך מתגבר,
איך האב א געוואלדיגע יצר הרע צו הערן א שובבים טעיפ
אבער סאיז ניטול איך בין מיך מתגבר,
איך האב א געוואלדיגע יצר הרע צו לערנען א פיר פינף שעה רצופות,
אבער געוואלד סאיז ניטל, מען טאר נישט לערנען

שוין גוט לערנען נישט ! אבער וואס יא??? 

אפשר וואלט דער עולם מיטגעטיילט עצות וואס צו טיהן ניטל,

 




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/1/2007 05:54 לינק ישיר 

הניגון בנוסח הספד ליטאי

איי איי איי
ווי אזוי קען מען בייקומען די שווערע נסיון 

איי איי איי

אז מ'קען דאך יעצט ניט עוסק זיין און תורה לאמיר אלע וויינען און קלאגען צוזאמען

תשעה באב מעג מען אויך ניט לערנען קומט אויס א טאג אהן לערנען דארף מען וויינען

און אז מ'קען ניט רעדען פון לערנען פון וואס זאל מיר יעצט וויינען ?

מיר קענען היצטערט וויינען (לכבוד NYPD ) אויף אלע גוטע עינינם וואס מיר וואלטן גוואלט און קענען ניט אזוי ווי NYPD טייערע האט אהנגהויבן מיט ניטול וועלן מיר ממשיך זיין ווייטער א גאנץ יאר

איי איי איי ס'איז שווער איי איי איי

מורי ורבותי די נסיונות זענען דאך שרעקלאך

איי איי איי
ווי גוט וואלט גוועהן ווען מען וואלט ג'מעגט א ציגארעטל נאכען טשולענט איי איי איי
און ווער רעדט נאך פון א גלעזאלע משקה אין איין האנט און א קיובען סיגאר אין די צווייטע האנט נאך כל נדרי איי איי איי 
און גיטען  ביר נאכען אפיקומן איי איי איי ו
וער רעדט נאך פון גוט שטיקל טשיז קעיק פרייטוג צו נאכט אדער שבת ביי די סעודה נאך א גוטן לעבער אדער נאך די גאלע   איי איי איי     א גוטן קאפי   איי איי איי  תשעה באב צפרי פארן דאוונען  ווי גוט וואלט דאס גוועהן איי איי איי

ענד לעסט באט נאט ליעסד ווי גוט וואלט גוועהן יעצט צו פארענטפערען א הארבען רמב"ם 

עס איז נאך פארהאן אזוי פיל  איך האב שוין קיין כח ניט

דריבער העלפט מיר ווייטער צו




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/1/2007 04:43 לינק ישיר 

רייץ דיך נישט מיט מיר, יעדער האט זיך זיינע נסיונות עס איז מיר גענונג שווער זיך צו שלאגט מיט איין ואני, ווילסט מיר נאך צולייגן נאך זאלץ אויף די וואונדען,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/1/2007 04:32 לינק ישיר 

דעם ערשטן אדער דעם צווייטען ואני (פארשטייט זיך אז דאס ווענדט זיך אינעם יארגאנג)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס טוט מען ניטול?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext