ברוך דיין האמת
כ"ק מרן הגהק מצאנז דז'ימיגראד, גאון הגאונים וקודש הקדשים, רבי אריה לייבוש הלברשטאם זצוקללה"ה האט פארלאזט אונזער דור יתום.
נשלח ב-8/1/2007 19:39
די צוואה הקדושה
נשלח ב-8/1/2007 19:30
בילדער פון די לוי'
אבל מודעה
בעלזא מחנובקא רבי שליט"א
נשלח ב-8/1/2007 13:57
און ''המודיע'' שטייט היינט אז ער איז געבוירן כ''ה אלול שנת תרע''ב .
נשלח ב-8/1/2007 00:39
ער איז נישט די לעצטע אור אייניקל פון הייליגן דברי חיים זי"ע
אין לאנדאן אין גאלדערס גרין ביי הרב היילפרין ראדימישלא רב דאווענט א האלבערשטאם בן אחר בן פון צאנזער רב אן אור אייניקל
אבער דאכט זיך מיר אז עס איז דא נאך אפאר אוראייניקלעך פון צאנזער רב
זכרים האב איך נישט יעצט אויפן זכרון אבער פרויען איז דא
OFF THE BACK OF MY MIND
באבובער רביצין אשת מהר"ש בזוו"ש (בת ר' ארי' ליבוש רובין בן ר' יצחק טובי' חתן הדברי חיים זי"ע)
איר שוועסטער סטריזובער רביצין (אשת ר' הערשל הורוויץ שליט"א)
ווער עס ווייסט פון נאך זאל ביטע מעלדן
אבער דאס איז זיכער אז עס דארף צו זיין נאך א פאר דור רביעי'ס פון הייליגן דברי חיים זי"ע
זכותו יגן לנו ועל כל ישראל אמן
נשלח ב-8/1/2007 00:15
די מיטה איז די מינוט'ן אנגעקומען אויף רחוב הרב מינץ אינעם ביהמ"ד ז'מיגראד.
ס'וועט זיין א גאנצע נאכט אין ביהמ"ד, ווי ס'וועט פארקומען משמורות תהילים.
די לויה וועט זיך אנהייבן מארגן 11.00 אזייגער פארמיטאג. ביים ז'מיגראד'ן ביהמ"ד, ווי ס'וועט פארקומען די הספדים.
בערך 2.00 נאכמיטאג וועט די לוי ארויסגיין אויף די הויפט גאסן אין בני ברק - רבי עקיבא, השומר,
אין פון דארט וועט מען פארן קיין ירושלים עיה"ק ווי די לויה וועט פארקומען אויף רחוב יונה ביים ביהמ"ד טשאקאווע.
דערנאך וועט מען גיין קיין הר הזיתים.
נשלח ב-7/1/2007 23:42
בן 98 היה בפטירתו
_________________
נשלח ב-7/1/2007 23:41
אחרון הנינים בן אחר בן של הדברי חיים מצאנז זיע"א.
נכד הרה"ק מגארליץ זיע"א.
בן הרה"ק רבי סיני מז'מיגראד זיע"א
זיע"א
נשלח ב-7/1/2007 22:02
אפשר ווייסט איינער ווען גייט זיין די לוי'ה ?
נשלח ב-7/1/2007 20:24
אין זיין תעודת זהות שטייט אז ער איז געבוירען 1909 ממילא איז ער געווען 98
לינקס, שטייט די געטרייע משב"ק הרב י. יאזעף שליט"א.
_________________
נשלח ב-7/1/2007 18:38
אנטשולדיגט.
ער איז נישט דער לעצטער. אין לונודון וואוינט לאויש"ט, ר' יעקב הלברשטאם, נכד ר' ישיעלה טשחיובער זיע"א בנו הצעיר של מרן הדברי חיים, ונכד הקדושת ציון מבאבוב הי"ד.
נשלח ב-7/1/2007 18:16
דער לעצטער אור אייניקל, בן אחר בן, פון מרן הדברי חיים מצאנז. נכד בנו הגה"ק מגארליץ.
מחבר ספרי 'אריה שאג', מלאים זיו ונוגה, בכל מקצועות התורה, בהלכה ואגדה. עובד ה' בסילודין ובהצנע לכת.
מי יתן תמורתו.