בית פורומים כל העולם כולו

סוקסעספולע וואך פון שתדלנות פאר סאטמארע פירער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/1/2007 03:02 לינק ישיר 
סוקסעספולע וואך פון שתדלנות פאר סאטמארע פירער

די פארלאפענע וואך איז געווען א גרויסער סוקסעס פאר די ראשי הקהלה און שתדלנים פון סאטמאר. במשך די גאנצע וואך האבן זיי אפגעהאלטן וויזיטן ביי די הויכראנגיגע פאליטישאנס אין אלבאני און דערנאך אין וואשינגטאן, וואו זיי זענען אויפגענומען געווארן זייער פריינטליך דורך אלע פאליטישע פירער.

עס האט זיך אנגעפאנגען אנפאנג וואך, ביי די איינשווערונג פון גאווערנאר שפיצער אין אלבאני, וואו עס האבן זיך באטייליגט ר' גדלי' סעגעדין און ר' אהרן פעלבערמאן פון קרית יואל און ר' אייזיק וויינבערגער און ר' חיים ווערצבערגער פון וויליאמסבורג, וועלכע האבן באקומען די נאנטסטע און בעסטע פלעצער צום גאווערנאר ביי די איינשווערונג.

עס האט זיך איבערגע'חזר'ט ביים סטעיט אוו די סטעיט דרשה דינסטאג וואו עס איז אויך געקומען הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, דער מעיאר פון קרית יואל, וואס אלס ערוויילטער פאליטישאן איז ער געווען דער איינציגסטער חסידישער איד וואס איז איינגעלאדנט געווארן, און האט באקומען א פלאץ "אינעם" זאל בשעת דער גאווערנאר האט גערעדט. אנדערע חרדישע עסקנים האבן געמוזט זיצן אויף די באלקאני.

די סאטמארע דעלעגאציע האט אויך געהאט ווארימע מיטינגען מיט די ערוויילטע פירערס פון אלבאני, אריינגערעכנט שפיצער, ברונא און דער אסעמבלי ספיקער שעלי סילווער.

עס איז שוין פון פריער אראנזשירט געווארן אז די סאטמארע דעלעגאציע זאל זיך קומען באטייליגן ביי א ספעציעלן מנין מנחה, מעריב אין אפיס פון סילווער, וואס האט געהאט יארצייט נאך זיין טאטן. ביי די מנין מנחה האבן זיך באטייליגט ר' אברהם ווידער, ר' גדלי' סעגעדין, ר' אהרן פעלבערמאן, ר' אייזיק וויינבערגער, ר' חיים ווערצבערגער און ר' יואל לעפקאוויטש, און דריי פרומע אידן פון סילווער'ס אפיס. מען האט געדאוונט מיט מנין און דערנאך געלערנט משניות אינאיינעם.

דאנערשטאג איז די סאטמארע דעלעגאציע געווען אין וואשינגטאן וואו זיי זענען געפארן צו די איינשווערונגען פון סענאטאר קלינטאן, און דער קרית יואל'ער קאנגרעסמאן דזשאן האלל. עס איז אויך מיטגעקומען דער לאנגיעריגער עסקן און שתדלן ר' יאנקל פריינד.

סענאטאר קלינטאן האט זייער שיין אויפגענומען די דעלעגאציע. זי האט זיך זייער שיין באדאנקט פאר זיי פאר'ן קומען פון אזוי ווייט, און זי האט נאכאמאל דערמאנט פאר ר' אברהם ווידער אז זי וויל אנבאדינגט קומען קיין קרית יואל ווען מען וועט עפענען דעם לאנג-ערווארטעטן קימפעטארין היים.

אויך דער נייער קאנגרעסמאן דזשאן האלל וואס האט געווינען נאר א דאנק קרית יואל האט שיין אויפגענומען די דעלעגאציע און צוגעזאגט צו העלפן קרית יואל מיט וואס אימער ער וועט קענען.

וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה, הקב"ה ישלם שכרם.

_________________




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/1/2007 09:54 לינק ישיר 

South Notebook: KJ's leaders enjoy newfound ties with Democrats

< language= type=text/> var isoPubDate = 'January 21, 2007' January 21, 2007

Since hooking their wagon to the victorious Democratic train in November, Kiryas Joel's formerly Republican leaders have been on an extended schmooze­fest with their new friends in high office in Albany and Washington.
They made all the parties – Gov. Eliot Spitzer's first State of the State address, swearing-in ceremonies for Sen. Hillary Rodham Clinton D-N.Y., and Rep. John Hall, D-Dover Plains, their new congressman.
Many important backs were slapped (Spitzer, Hall, Bill Clinton, Sen. Chuck Schumer) and laughs exchanged, judging from schmooze shots posted on the Internet.
The networking continues today with a breakfast in New York City being held to honor another Democrat, Charles Rangel, the longtime Harlem congressman who has just become chairman of the powerful House Ways and Means Committee.
Kiryas Joel joins three New York City-based Jewish organizations in co-sponsoring the 9 a.m. event. The invitation calls Rangel ''a long-standing friend and advocate of the Jewish community for over three decades.''




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2007 03:14 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2007 17:31 לינק ישיר 

קוק אן הרב הורראוויטץ האט אויך א היט,
איינער האט יא און איינער האט נישט, יעדער טוט וואס ס'איז מער באקוועם.


זעהסט שוין באלד אויס ווי מיין טאטע וואס האט מיר אמאל געזאגט אז מ'דארף שניידען די נעגל אלל די וועי ביז כמעט אונטען, ווייל אזוי האט די רבי ז"ל (דברי יואל) געטון,
כ'האב מיך דעמאלטס נישט געוואגט צו ענטפערן אז די רבי ז"ל האט בעסער ליב געהאט אזוי ווי איידער ס'זאל איבערבלייבען א טראפקעלע פון די ווייסע חלק,

איך מאך ח"ו נישט אוועק די הייליגע מנהגים וואס אונז האמיר מקבל געווען פון אבינו רועינו זצ"ל, אבער צו קומען מיט אזא נער'ישע זאך און מאכען דערפון א מנהג איז מער טיפשות ווי חסידות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2007 15:32 לינק ישיר 

משום כבוד המלכות האט רבינו הקדוש והטהור בעל ויואל משה זי"ע
אויך אויסגעטון זיין היט ווי מען זעט אויף די באקאנטע בילד לכבוד דעם ראמענישן קייזער קארל
הארט פאר ער איז אראפגעגאנגען פון זיין שטול
הרב אברהם ווידער טוט אויך אויס געווענדליך זיין היט
זעט אויס ער איז שוין עלטער געווארן און האט פשוט פארגעסן אדער ס'איז אים געווען קאלט
וכדומה-ער איז ב"ה נאך מיט אונז לאורך ימים און מען קען אים איבערפרעגן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2007 10:08 לינק ישיר 

בערעלע זייט ווען האסטו אזא שווערע הבנה??
לכבודך גיי איך נאכאמאל איבערפרעגן מיין שאלה ביתר ביאור,
א היימישע איד באלאנגט מיט א הוט, טאמער קען מען גיין מיט א הוט אזוי ווי ר' אברהם ווידער, פארוואס גייען אלע אנדערע אן הוטן???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2007 08:51 לינק ישיר 

אויף די בילדער זעט מען זייער בולט די סאטמארע דעלעגאציע שטארק אנערקענט, אבער בעיקר קרית יואלער, די שטאטישע סאטמארע פאליטישאןס זעט זיך נישט אן,
עס איז א סטעיטווייד צערעמאניע וואס קרית יואל קען פארטרעטן גאנץ סאטמאר אינקלודינג וויליאמסבורג בארא פארק, אבער פאר לאקאל פאליטיק איז זיכער בעסער אז סאטמאר זאל האבן לאקאל פאליטישען,
עס וואלט געדארפט זיין ר' ארי לייב גלאנץ ר' משה אינדיג ר' חיים ווערצבערגער ר' בעריש פרייליך וכדו' לאקאלע פאליטישאןס וואס שתדל'ן אין לאקאל פאליטיק א גאנץ יאר,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2007 21:56 לינק ישיר 

קושקע, האסט אויסגעטראפן אמעריקע.

די חברה זענען אזעלכע מוחים קטנים, אז ס'לאזט זיך נישט זאגן. זייער גאנצע מח - דאס ביסעלע וואס זיי פארמאגן יא - לייגן זיי אריין וויאזוי צו באקומען בעסערע פובליסיטי און בעסערע בילדער, און אויב א צווייטער באקומט בעסערע דעקונג ווי זיי, האלטן זיי עס נישט אויס, און דאס איז די סיבה פארוואס דער איד האט אריינגעלייגט אזא בעבישן ארטיקל אז נאר נידערמאן און פיני יאקאבאוויטש זענען געזיצן נעבן גאווערנאר, און די ווילידזש פירערס זענען נאר געווען שטייענדיגע ספעקטאטארן.

באמת וואלט אפילו נישט אויסגעפעלט זיך וויסנדיג צו מאכן פון זייערע שגעונות, נאר וויבאלד ס'איז דא גוטע בילדער וואס ווייזן דעם אמת ווער ס'איז געווען א "שטייעדיגער ספעקטאטאר" און ווער ס'איז געזיצן נאנט צום גאווערנאר, איז גוט אז מען האט עס ארויפגעלייגט אויף היידפארק, אז מענטשן זאלן נאכאמאל זען מיט וואספארא קינדער און בלאפערס מען האט דא צו טאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2007 18:10 לינק ישיר 

א באמבע קשיא....

פארוואס איז זיין אויבישטע קנעפל פון זיין וועסטעל אויפגעקנעפלט???
אז מ'קען יא גיין אויפגעקנעפלט פארוואס גייען אלע אנדערע צוגעקנעפלט???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 17:17 לינק ישיר 

פארוואס גייט נאר ר' אברהם ווידער מיט א הוט???
אז מען קען יא גיין מיט א הוט, פארוואס דארף מען גיין אנדעם???




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 16:22 לינק ישיר 

דער ארטיקל איז ליגנט.

עס באציט זיך בעיקר אויף דער בילד וואס מ'זעהט אין דעילי ניוס ווי זיי שטייען לעבן די גאווערנער, דאס איז נישט פון קיין שום פאדיום, דאס איז דער אונטער-טיר פונעם סטעיט קעפיטאל געביידע וואס דער גאווערנער האט ארויסשפאצירט צו וואקענדיג בערך א בלאק ביזן פאדיום זיי האבן זיך אהין געשטעלט כדי זיך צו לאזן פאטאגראפירן, דער גאווערנער האט זיי מיטאמאל באמערקט ווי מ'זעהט אויפן קליפ, און מ'האט זיי תיכף פארשיקט פון דארט, ביים איינשווערונג שטייט קיינער ביים פאדיום לעבן גאווערנער, נאר ביי א וויקטארי/קאנסעשן ספיטש ביי די נאכט פון די וואלן שטייען מענטשן לעבן קאנדידאט, ביי איינשווערונג "זיצן" בלויז די פעמילי מיט די אנדערע וואס גייען איינגעשוואוירן ווערן, עטורני דשענערעל, לוטענענט גאווערנער, וכדומה מיט זייער פעמילי, דער איבעריגער עולם זיצט אויסגעזעצט קעגן דעם פאדיום.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 08:37 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 08:36 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 08:25 לינק ישיר 

דער שאק ביי די קינדערלעך איז נישט צום באגרייפן. תיכף ווערט פאררופן אן אסיפה און מען באשליסט אז דער איד גייט ווידעראמאל באשטעטיגן אז שווימער איז מעיאר און באנדא איז, המממ, אויך מעיאר, און נידערמאן, מענצער, גאלדבערגער, פיני יאקאבאוויטש און מגולח דייטש זענען די איינציגסטע מענטשן פון וועמען שפיצער טראכט פון ווען ער לייגט זיך ביז ווען ער גייט שלאפן.

די איבעריגע מענטשן אין ניו יארק סטעיט זענען נאר ספפפפפפפעקטאטאטאטארן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 08:19 לינק ישיר 

מענצער און נידערמאן קוקן אראפ אינעם זאל פונעם באלקאני, און גלייבן נישט וואס זיי זעען



תוקן על ידי גוטזאגער ב- 09/01/2007 8:21:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 08:14 לינק ישיר 

ר' גדלי' סעגעדין און ר' אברהם ווידער געפינען זיך אינעווייניג אין זאל



תוקן על ידי גוטזאגער ב- 09/01/2007 8:15:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סוקסעספולע וואך פון שתדלנות פאר סאטמארע פירער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext