בית פורומים באבוב

יא איך בין שטאלץ! די "גאפלעך" זענען ביי אונז.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/1/2007 01:02 לינק ישיר 
יא איך בין שטאלץ! די "גאפלעך" זענען ביי אונז.

יא איך בין שטאלץ! די "גאפלעך" זענען ביי אונז.

די מעשה גייט צוריק א צייט ביז שבת בראשית תשס"ה, די אזוי גערופענע "שווארצע שבת", ווען מהרב"ץ האלבערשטאם די כלומרש'טע בנו וממשיך דרכו של כ"ק הגה"ק רשכבה"ג יחיד בדורו במידתו של אהרן אדמו"ר המהר"ש זצ"ל ועכ"י, האט אונטערגענומען א קאמפיין צי טרעטן אויפ'ן כבוד פון זיין ברודער און פירען א טיש אין גרויסען בית המדרש, און אזוי ווי ער האט זיך אויסגעדריקט פאר דעם לאנג יעריגען גבאי הר"ר משה מאיר איינהארן ני"ו אז "דא זאל גיין בלוט אבער איך וועל נישט אפטרעטן" (עס האט איהם טאקע געקאסט אסאך בלוט יענעם שבת, ווען ער האט אונז אלע מיחד גיווען און געוויזען אז "יש תקוה"...), האט ער דעמאלט געשיקט א שליח מיוחד צי די "גאפלעך" אז ער בעט זייער זיי זאלען נישט קומען צום טיש און איהם פארשעהמען, פארשטייט זיך אז זיי האבען זיך נישט קיין סאך איבערגעקלערט און זיך אריבערגערוקט צו רבינו שליט"א וועלעכע האט זיי אויפגענומען בסבר פנים יפות מיט זיין יארען לאנג ערפארונג און חינוך בחורים, זינט דעמאלט האט רבינו שליט"א זיך מיט זיי אפגעגעבן יותר מכפי השגותינו, על כל פסיעה ופסיעה, זיי אפגעהאלטען פון טוהן כל ערליי זאכען הן מעניני באבוב והן מעניני פרטיים האלט די רבי שליט"א א שטרענגען קאנטראל אויף זיי, ממש פארקערט ווי מהרב"ץ און אנדערע טוען, און מיט דעם כח פון חיבה יתירה האט די רבי מצליח געווען זיי צו האלטען אין די ראמען (מיר אלע געדענקען נאך גוט ווי די רב זצ"ל פלעגט כסדר משריש זיין אין אונז "יענעמ'ס גשמיות איז דיין רוחניות, כל שכן יענעמ'ס רוחניות).

מיר האבן מקובל פון תלמידי הקדושת ציון זצ"ל, אז זיין עיקר כוחות האט ער אריינגעלייגט דייקא נאר אין בחורים, און יענע צייטען איז גיווען א מצב פון אין בית אשר אין שם מת פון די נסיונות הדור, און מיט געבן אזויפיל צייט קאפ און מח פאר בחורים האט רבינו הקדושת ציון זצ"ל זוכה גיווען אפצוראטעווען דעם גאליציאנ'ער יונגווארג פון די נסיונות הדור.

בימים ההם בזמן הזה, אין די דור השפל וואס עס הערשט אזא נסיון ביי די יונגווארג די בחורי חמד, אחד הוא בדורינו וואס נעמט די קוראזש און זאגט "דאס זענען מיינע בחורים און איך נעם דעם פולען אחריות אויף זיי", נישט אזויווי די אלע מנהיגי פארטייען ווסט טוען זיך גלייק אפשאקעלען פון זיי, און אוודאי נישט אזוי ווי מהרב"ץ האט געטוהן און זיי בידים אוועק גשטופט, אנדרעש איז רבינו שליט"א וואס שטעלט זיך און די לענג און די ברייט פאר יעדע נשמה וואס פאלט צו די נסיונות הדור (אזוי ווי די פריערדיגע רב זצ"ל פלעגט זאגען, ענדרעש זאלען זיי ביי מיר שיילען קארטאפעל און הענגן "סיינס" ווי איידער...).

בדידי הוא עובדא ווען איך בין אמאל אריין לבית נאוה קודש של רבינו שליט"א זיך מזכיר זיין אויף א גאר וויכטיגע ענין, זעה איך ווי עס ווארטען א גרויסען ציבור אין די רייע, און איך שטעל מיך צו און ווארט, אזוי איז אדורך צוויי שעה וואס קיינער איז נישט ארויסגעקומען פון רבי'נס שטוב און אזוי אויך איז קיינער נישט אריין, איך האב געקלערט אז זיכער איז דא א וויכטיגע אסיפה וואס מען קען נישט איבערייסען, צו פון די מוסדות אדער פון די וועד קרן הבנין אד"ג, למעשה אזוי ווי די צוויי שעה איז אריבער קומט ארויס נישט מער און נישט ווייניגער ווי א בחור.. א "גאפעל".. א געפיל פון התרגשות האט באגאסען מיין הארץ אז הודו לה' אז מיר האבען זוכה געווען צו אזא מנהיג הדור וואס טראגט די אחריות על כל דבר גדול וקטן, און לאזט נישט פארפאלען גיין קיין איין איינציגע נשמה (איר זאלט חלילה נישט געפרובט ווערן מיט אזא נסיון פון צער גידול בנים).

מיט שטאלץ טוה איך דא פראקלאמירן אז כ"ק רבינו שליט"א.......

טראגט די אחריות פון זיין גאנצע קהלה, מגדול ועד קטן
וועט נישט פארשווייגען א עוולה, מגדול ועד קטן
וועט נישט אויסרעכענען זיינע שריט לויט די קעמערע,
טוט אזוי ווי חז"ל זאגען שמאל דוחה מימין מקרבן,

און איבער אלעם אז כ"ק רבינו שליט"א וועט זיך אפגעבן מיט יעדען איינעם, און נישט לאזען קיין איין נשמה פארפאלען גיין.

יא! איך בין שטאלץ מיט אונזער.........

תלמוד תורה
תלמוד תורה מאנסי
ישיבה כרם שלמה
מתיבתא עץ חיים
כולל
כולל ערב ובוקר
כולל מאנסי
כולל ערב ובוקר מאנסי
מיידעל שולע מאנסי
רשת הכוללים בארץ ישראל
ישיבה בארץ ישראל
כולל ערב ובוקר וויליאמסבורג
כולל ערב ובוקר לאנדאן
יותר מעשרה בתי מדרשים לתורה ולתפלה
בית החיים דקהל שערי ציון ד'באבוב
חבורות אברכים באנטווערפן
חבורות אברכים בלעיקיוד
קופת חתנים, קרן הלבשה, קופת ושמחת בחגיך........
קופת מעות חיטים, ומתנת לאביונים
קרן אור החיים
תלמידיו של אברהם
חברותא
צעירי אברכים ד'באבוב
קעמפ שלוה
קעמפ כרם שלמה
קעמפ מתיבתא עץ חיים


און איבער אלעם "אז די גאפלעך זענען ביי אונז!!!"

דעריבער טוה איך דא צולייגען די לינק ווי מען זעט רבניו שליט"א איז שטארק מקפיד אויף אן עוולה וואס איינער פון זיי האבן געטון, און מיט א התלהבות דקדושה גיט ער איהם א פסק כדבעי'.

דער וואס האט ארויפגעלייגט די לינק מיינט אז ער שטעכט אונז מיט דעם קליפ, זאג איך איהם "איך בין שטאלץ", און בבקשה נעם עס נישט אראפ.

http://video.google.com/videoplay?docid=-2270966916524599430&pr=goog-sl




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 17:35 לינק ישיר 

יא יא גערעכט ביסטו, און דו זאגסט זייער גוט אז עס איז א שטאלץ, אבער דאס איז נאר ווען מען נוצט זיי צו הענגן סיינס און צו שיילן קארטאפל, אבער ווען מען נוצט זיי צו זיין די שלעגער פאר די פארטיי איז נישט דא מיט וואס צו זיין שטאלץ

מען קען זיין שטאלץ מיט......
                  ביי יעדע חתונה ווי רמ"ד שליט"א קומט קומען זיי מיט, און טאמער עס פעלט אויס טיילן פעטש און איבערדרייען
                  ווען מען פארט אדורך בית יעקב זעהט מען אלע שולי המחנה גרופירט אין טראקס
                  די גאנצע גאס ווייסט ווי אלע שוואכע בחורים אין באבוב זענען געגאנגען, ווייל דארט וועט מען זיי שטיצן אויף זיי
                  וואסערע מעשים זיי טוען ווייל זיי ברענגן א תועלת פארן פארטיי מטעמים הנ"ל

טאמער דאס איז דיין שטאלץ

BE MY GUEST      



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2007 20:46 לינק ישיר 

וואס מיינסטו, אז איך דארף שקצים וועל איך מיר בארגען ביי דיר?, ווען מיר דארפען האבען מיר ברוך השם די אייגענע, און עס ווענדט נישט אפ די אויבערדערמאנטע.
זעט אויס די האסט אמאל נישט גוט אפגעשניטען מיט זיי, ביזט מיר נעבעך א רחמנות!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2007 03:07 לינק ישיר 

אינטערעסאנט -

עטס ווארפסט מענטשן פין בית המדרש
עטס שלאגן און צוקלאפן יינגעלייט
עטס טעראריזירן אונזערע מוסדות
עטס האבן צובראכן די פענסטער פין אונזער רבי'ן און רב
עטס האבן געמאסערט פאר א יאהר צוריק ביי די ערשטע יאהרצייט
עטס שרייען נאך די באבובע רביצין העסא תליט"א אויפן די גאסן
עטס ווארפן פאשקווילן אויף די גאסן
עטס רייסן אונזערע מודעות אהן אויפהער

אבער אונז האבן די גאפלעך.......

די גאפלעך האבן נאך קיינעם נישט געשלאגן די לעצטע 2 יאהר
די גאפלעך האבן קיינעם נישט געווארפן פין בימ"ד די לעצטע 2 יאהר
די גאפלעך האבן נישט געווארפן קיין פאשקווילן 
די גאפלעך האבן נישט גערוסן ענקערע מודעות
די גאפלעך האבן נישט געמאסערט קיינעם
די גאפלעך האבן נישט נאכגעשריגן ר' בנציון'ס ווייב
די גאפלעך האבן נישט צובראכן ר' בנציון'ס קאר
די גאפלעך האבן נישט טערעראזירט ענקערע מוסדות

ענק אהן די גאפלעך זענען פיהל ערגער ווי אונז מיט די גאפלעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2007 21:05 לינק ישיר 

כה לחי! יפה אמרת




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2007 07:05 לינק ישיר 

הא הא, שימף ביז מארגן, ווייט וועסטו אהנקומען....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2007 20:01 לינק ישיר 

הי גאפעל דיך אף פין דא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2007 01:45 לינק ישיר 

dumbrover


you took the time to read his megila and thats the best you came up with

c'mon you do better

and satmarer 
i wouldnt comment
do a search on google and see the heartbreaking clips of the satmar terrorist yes terrorists
if you need help finding them ill post on afew



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > יא איך בין שטאלץ! די "גאפלעך" זענען ביי אונז.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext