בית פורומים כל העולם כולו

מעסטרא: קאורט מעג זיך יא אריינמישן אין סאטמאר!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/1/2007 00:08 לינק ישיר 
מעסטרא: קאורט מעג זיך יא אריינמישן אין סאטמאר!!!

די היפאקראטיע פון די אפעלעט ריכטער שרייט ביזן הימל, ווען צוויי פון די גרעסטע זאלי שטיצער אין די אפעלעט, וויליאם מעסטראו און סטיווען פישער, וואס האבן כסדר טראמפייטערט אז די קאורט טאר זיך נישט אריינמישן ווייל ס'איז אריינגעמישט אין רעליגיע, שרייבן יעצט קלאר אין א אנדערע אפעלעט פסק אז זיי טוען זיך קעגנשטעלן צו די טענה און זיי האלטן אז אין אזא סארט מעשה ווי אין סאטמאר מעג זיך דער אפעלעט יא אריינמישן!!!

ליינט און שטוינט!

http://www.courts.state.ny.us/reporter/3dseries/2007/2007_00118.htm 

דא האט איר דעם שטיקל וואו די אפעלעט ריכטער ברענגען קלאר ארויס אז יעדע רעליגיעזע קארפארעישאן איז געבינדן צו די נייטראלע קאורט געזעצן (cf. מיינט "קאנפליקטינג", אז יענע פסק איז קעגנגעשטעלט צו די פסק וואס מ'שרייבט יעצט).

[שמאל]
The United States Constitution prohibits the courts from resolving "controversies over religious doctrine and practice" (Presbyterian Church v Hull Church, 393 US 440, 449; see Park Slope Jewish Ctr. v Congregation B'nai Jacob, 90 NY2d 517, 521; First Presbyt. Church of Schenectady v United Presbyt. Church in U.S. of Am., 62 NY2d 110, 116, cert denied 469 US 1037). "Such rulings violate the First Amendment because they simultaneously establish one religious belief as correct for the organization while interfering with the free exercise of the opposing faction's beliefs" (First Presbyt. Church of Schenectady v United Presbyt. Church in U.S. of Am., supra at 116). Nevertheless, the United States Supreme Court has recognized that "there are neutral principles of law, developed for use in all property disputes, which can be applied without establishing' churches to which property is awarded" (Presbyterian Church v Hull Church, supra at 449; see Jones v Wolf, 443 US 595, 602-603; cf. Matter of Congregation Yetev Lev D'Satmar, Inc. v Kahana, 31 AD3d 541).



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/1/2007 01:30 לינק ישיר 

נו הכלל גייט זיך עפעס טוישן יעצט????????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2007 05:59 לינק ישיר 

נעבעך, די אנגעזעצטע אהרונים האבן זיך אליינס געשאסן אין די פיס, יעצט וויינען זיי אויף די אויסגעגאסענע מילך.

זיי האבן געלייגט אלע כוחות אז מעסטרא זאל אראפ פון די קעיס, נאר ווייל זיי האבן מורא געהאט אז ער וועט זאגן עפעס וואס זיי שמעקט נישט, איבערגעדרייט וועלטן, למעשה האט עס בעקפייערט ווייל זיי האבן אויפגערעגט די אנדערע זשאזשעס וואס האבן יא שוין געקענט באשטיין צו געבן עפעס צו פארשטאפן די פיסק פאר די אהרונישע חיות בצורת אדם, און אזוי האבן זיי גארנישט געגעבן להכעיס פארן וועלן מאניפולעיטן מיט די סיסטעם.

יעצט ווערן די חיות געוואר אז מעסטרא איז גאר געווען פאר זיי, און צוזאמען מיט ספאלצינא וואלט ער זיי געקענט איבערדרייען די קעיס פאר זיי!!!!! אדער עכ"פ זיכער מאכן אז סקומט אן אין אלבעני!!!!! דערווייל האבן זיי זיך אליינס געשאכטן מיט זייערע צודרייטע קינדערישע ווילדע שטיקעס, אזויווי אלעמאל, און יעצט קענען זיי גיין בארן קלאפן!!!!

בור כרה ויחפרהו!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2007 17:48 לינק ישיר 

כא כא כא

ווער נישט רויט ווי א פאפריקא

זעהט אויס אז דו פארשטייסט נישט אידיש

פון דעם פסק זעהט מען אז דארט ווי געזעצן זענען גילטיג דאן מעג מען זיך אריינמישן אויף 'ניוטראל פרינסיפאל'ס אוו לאו' נאר אין סאטמאר איז געזעץ נישט גילטיג

וואס מיינסטו אז דער מאפיאנער ראבערט שמיד, ווען עס איז נישטא קיין מאפיאנערישע געשעפטן, פסקנט ער נישט לויט געזעץ

און פאפריקא ווער נישט נאכאמאל ווילד, יעדער וואס איז באקאנט אביסל, ווייסט, אז עס איז שוין געווען א 'וואוט' און עס איז אויך געווען דאן 3 קעגן 1, נאך ווען מעסטראו איז דארט געווען

ווען האסטו ווען אביסעלע שכל פארשטיייסטו אז אויך האבן מיר געטראפן זיין קרוב  - וואס וועגן אים האט ער זיך געמוזט אפזאגן - ער זאל זיין אונזער לויער, האבן מיר דאך מן התסם געהאט די מעגליכקייט, צו וויסן וואס מעסטראו האלט, און אויב האט יענער לויער פארשטאנען אז עס איז צו שווער פאר מעסטראו אויסצודרייען דעם דאשיק, און די איינציגע זאך וואס איז מעגליך פאר מעסטראו איז זיך אפזאגן פון די קעיס, און פארדעם איז ער געווארן א 'אפישעל' לויער, דאן איז דאך דאס געווען די בעסטע אפשען

נאר ווי זאגט די גמרא אזא פאל, 'התינח בדאיכא, אבל בדליכא' אדער דלא דא בי' מה בי'






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מעסטרא: קאורט מעג זיך יא אריינמישן אין סאטמאר!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext