בית פורומים כל העולם כולו

ריזיגער ציבור ביי שיעור פון הגה"צ דומ"ץ סאטמאר ב"פ שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/1/2007 00:17 לינק ישיר 
ריזיגער ציבור ביי שיעור פון הגה"צ דומ"ץ סאטמאר ב"פ שליט"א

נעכטן מוצ"ש איז פארגעקומען א הערליכער שיעור מיט איבער טויזנט באטייליגטע! אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר אויף 52 סטריט אין די וויכטיגע הלכות פון יו"ד ח"ב, דורך הגה"צ המפורסם ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א, דומ"ץ סאטמאר בארא פארק.

ווער ס'איז אריינגעקומען אין שול איז געבליבן ערשטוינט צו זען די געוואלדיגע גרויסע ציבור, מסלתה ומשמנה פון סאטמארע חסידים אין ב"פ, וואס זענען געקומען זיך באטייליגן אין די שיעור פונעם דיין שליט"א. ס'איז געווען א געוואלדיגע חיזוק נאך וואס די ענגע קליקע מורדים ומשתלטים על הציבור האבן לעצטענס געמאלדן אז זיי גייען זיך אפטיילן פון די וויליאמסבורגער קהילה וואו בארא פארק איז אלע יארן געווען אונטערגעווארפן, צו זען ווי רוב ציבור וויל זיך ווייטער צאמהאלטן תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק רבינו שליט"א ובית דינו, ובפרט אונטער די השפעה רוחנית פון הגה"צ דעם דיין שליט"א.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/1/2007 23:19 לינק ישיר 

נאר אזוי איז ברור א אהרוני וואס שפילט זאלי, כדי אויפצולעבן דעם פלאץ.

מען דארף אים געסען קרעדדיט פאר דעם ווייל עס שלאפט דא לעצטענס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2007 23:14 לינק ישיר 

איך האב נישט געציילט, און איך בין בכלל נישט אין די ליין פון ציילן מענטשן. איך ווייס נאר אז באבוב (45) שרייבן אלעמאל בערך די נאמבערס ווען ס'איז געפאקט, האב איך גערעכענט יעצט אויך בערך לויט זייערע נאמבערס.
איין זאך איז זיכער, ס'איז א גרויס פלאץ, און ס'איז געווען אנגעשטאפט מן הקצה אל הקצה מיט די ריזיגע ציבור יראים ושלמים וואס זענען געקומען הערן די דבר ה' פונעם דיין שליט"א.
און איך ווייס נאך א זאך, אז די אהרונים טאנצן פאר כעס, און מ'קען אויך דא אויף היידפארק זען ווי זיי באנעמען זיך מיט שטותים און נארישקייטן אבי נישט צו רעדן פון די עמטליכע טעמע, די געוואלדיגע הצלחה און סיעתא דשמיא פונעם דיין שליט"א, און ווי רוב פונעם ערליכן סאטמארער ציבור געפינט זיך!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/1/2007 22:54 לינק ישיר 

ליצנות געלייגט אין א זייט

עס איז א גרויס בית מדרש אין עס וואלט געקענט בצפיפות אריין גיין דארט טויזענט מענטשען.

עס איז 100 ביי 100 פיס

אבער עס איז ליצנות צו זאגען אז ביי א יו"ד שיעור איז געווען מער ווי 100 מענטשען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2007 22:24 לינק ישיר 

יעצט פארשטיי איך שוין אויף וואס האבן זיי מאבעליזירט זייערע מענטשן אין וומסב''ג צופארן קיין ב''פ מוצ''ש .




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2007 21:32 לינק ישיר 

עפעס א עלטערע איד איז געקומען אהין ווייל מ'האט איהם געקאלט אז ס'גייט זיין א גרויסע גאר וויכטיגע דרשה פון די סאטמארע דיין, אנקעמענדיג אהין און זעהנדיג אז מ'לערנט יו"ד ח"ב, האט ער זיך מתמרמר געווען אז מ'האט איהם מצער געווען ווייל ער איז שוין 12 יאר אן אלמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2007 20:34 לינק ישיר 

אמת ויציב,
ר' חיים דוד קאטץ האט געהאט קרוב צו 10 טויזענט ביי זיין שיעור,
און רבי משה פריעדמאן שליט"א האט געהאט קוים אריבער 5000,
איך וועל דאס מסביר זיין, ביי ר' חיים דוד איז געווען פונקטליך 129
מענטשן און די עוורעטש עיטש איז געווען 68 יאר, (עס זענען דארט אלע אלטע קראכערס 
די לעפקאוויטשלעך, בערל גרינפעלד, מנשה הקטן בירנבוים, וכו') אלזא איז געווען א טאטאל
פון 8772 יארן, וואס איז קנאפע צען טויזענט, ווידער ביים שיעור פון הרה"צ
רבי משה פריעדמאן שליט"א דיין דקהלתינו  זענען געווען דזשאסט אריבער 5000,
ווייל עס זענען געווען 288 אינגעלייט וואס דער עוורעטש עיטש איז געווען 21 יאר, סא
איז געווען 6048 יארן, דאס הייסט דזשאסט אריבער 5000, 
נו, ווער האט א גרעסערן עולם?,
זאגט איר אליין....  



תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 15/01/2007 20:36:50




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2007 10:10 לינק ישיר 

רעדענדיג צו מיין חבר א חסיד פין באבוב/רמד זאגט ער מיר אז טאמער מען פאקט טויטע מענטשן אין ארמון טעררעס מיט א גיטער פאקער קען מען אריינשטיפן 300 מענטשן ,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2007 07:24 לינק ישיר 

מען שמיעסט אז רזל האט זיך געטוישט זיין מהלך אין לאזט זיינע שטיב מענטשען ווייטער
שרייבען אויף הייד פארק
ער האט אבער געבעטען אז נישט ווילדערהייט נאר מיט שכל

קען דאס איינער קאנפירמען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2007 06:14 לינק ישיר 

איך פארשטיי סטוט ענק וויי, נאך טראמפייטערן אזוי לאנג אז ענק האבן גאנץ בארא פארק האט זיך ארויסגעשטעלט אז רוב אמתע סאטמארע חסידים האבן אנערקענט ווער ספארטרעט באמת סאטמאר, צי די אויסגעשפילטע אנגעפרעסענע מייזליש, צי איינער פון די חשובסטע תלמידים פון סאטמאר אין די לעצטע 60 יאר.
למעשה האט מען היינט איבעראל גערעדט פון די געוואלדיגע הצלחה פון די נעכטיגע שיעור, איך ווייס נישט קיין נאמבערס (לויט די נאמבערס וואס די ארונים ניצן ביי זייערע אלע אל"ף שמותן און יסוד איתנס, איז דארט זיכער געווען 3 טויזנט מענטשן..), אבער סאיז געווען הונדערטער אידן יראים ושלמים פון די סמעטענע פון סאטמאר וואס זענען געקומען הערן הדרכה און חיזוק פון די חשובע חבר פון סאטמארן ביד"ץ!!!!!!
יעצט קענען ענק ווייטער חוזק מאכן מיט הצלה און מצילי אש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2007 04:49 לינק ישיר 

דיין תגובה מיט אלע נאמבערס דערמאנט מיר א ווערטל וואס מען זאגט אויף קרית יואל, איך געדענק עס שוין נישט אזוי גוט, אבער בערך אזוי גייט עס:

 

אין קרית יואל זענען היינטצוטאגס נאר פארהאנען 10% שומרי שבת! דהיינו?

30% זענען חברי הצלה

20% זענען מצילי אש

און 40% זענען דאך סתם בחורים...

 

בלייבט נאר איבער 10% שומרי שבת...

 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-15/1/2007 04:41 לינק ישיר 

די הצלה איז געווען שרעקליך ביזי דארט נעכטן ווייל אין דעם ריזיגען מעכטיגן געדינגענעם היכל הביהמ"ד פון קרוב צו 2500 סקווער פיס האבן זיך אריינגעקוועטש איבער טויזענט מענטשן, דא מיינט אז יעדער מענטש האט געהאט פלאץ, פון אן ערך פון 2 פיס...!!!

מענטשן זענען אוועק געטראגען פארחלשט אזש אז 20 מענטשן זענען צוקוועטש געווארן צווישן צוויי גראבע מענשטן אויף טויט!

איבער 2000 הצלה טראקס מיט 5000 פייערלעשער טראק און 10,000 פאליס קארס, וואס האבן ערהאלטן 9500 הצלה מעמבערס, 30 טויזנעט פייערלעשערס און 510000 פאליס לייט, זענען געקומען ראטעווען דעם עולם פון דארט.

קודם האט מען געהייסן אז אלע גראבע מענטשן וואס וועגן איבער 200 פונט זאלן ארויסגיין אזוי האט מען געקענט אטעמען.

דערנאך האט מען יעדן מענטש אויסגעטאן כדי אז די בגדים זייערע זאלן נישט פארנעמען קיין פלאץ.

דערנאך האט זיך אויפגעשטעלט דער ארך אפים לעפקאוויטש און געזאגט יעצט זעהט מען ווער איר זענט אלע...

אזוי איז ב"ה געראטוועט געווארן די מצב.

הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!

יעצט הייסט עס אז האדמו"ר ר' מרדכי דוד מבאבוב שליט"א וואס די פלאץ האט ער פארדינגען פאר די זאליס, גייט עס מער נישט פארדינגען נאכדעם וואס א גאנצע וואך ניצט ער עס פאר זיין ישיבה מיט אירע 140 בחורים, און יעצט זעט ער אז שבץ פיטען אריין איבער טויזענט מענשטן, ממילא גייט ער אויף געבן בית יעקב אין ניצן די מתיבתא וואס עס איז 10000 מאל גרעסער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2007 01:51 לינק ישיר 

די רעדסט פין יו"ד ח"ב
דער אלטער מנשה ב' איז אויך געווען דארט אין דערנאך זאגען די לצים האט ער געזאלט זאגען

אז זייט דער רבי בעל ויאל משה זי"ע האט ער נישט געהערט אזא ווארעמע דרשה אקעגען די ציונים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2007 00:28 לינק ישיר 

ט ו י ז ע נ ט  מענטשן ביי א שיעור יו"ד ח"ב?

WOW!!

כ'מיין דאס איז די ערשטע מאל אין היסטאריע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2007 00:18 לינק ישיר 

וואס עפעס טויזענט, אפשר צען טויזענט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ריזיגער ציבור ביי שיעור פון הגה"צ דומ"ץ סאטמאר ב"פ שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext