| נשלח ב-15/1/2007 17:06 |
|
| |
זענען מיר שוין גרייט פאר נאך א פינקל?
וואס האבן מיר שוין געטוהן, און וואס טוען מיר צו פארמיידן א פינקל #2?
לאמיר זיך גוט ארום קוקן, וואס פונקטליך האט יעדער זיך געמאכט גדרים כדי מיר זאלן זיך נישט טרעפן מארגן אין א זויערן פעקל.
נאך די מעשה פון די נבילה וטריפה וואס פינקל האט אזוי מיאוס אפגעטוהן
פאר כלל ישראל בכלל, און בפרט פאר די מאנסיער איינוואוינער, האט די וועלט
געטרייסלט ווי ביי אן ערדציטערניש.
אין מאנסי זענען געווען אידן וואס האבן וואכן לאנג נישט געקענט
ארייננעמען א שטיקל פלייש אין מויל אריין, אין די גאנצע לאנד האבן פיל
מענטשן זיך געמאכט קבלות אויף וועלכע שחיטה מ'מוז דוקא מקפיד זיין,
וועמענס השגחה מ'קען זיך פארלאזן, און וועלכע השגחה מ'דארף לאזן פאר'ן
גוי, אויך
האט זיך דער עולם גענומען בעסער נאכפרעגן אויף הכשרים, די תמימות און
"אמונה פשוטה" אין יעדן הכשר וואס האט אידישע בוכשטאבן האט אויסגעוועפט, די טעלעפאנען פון די בעלי מכשירים האט גענומען פעסט קלונגען מטיט שאלות און קשיות, דער עולם איז געווארן קלוג און געלערנט, און ס'האט זיך אנגעהויבן א היפשע
מהפכה אין עולם הכשרות.
דאס האט אנגעהאלטן אזוי עטליכע וואכן... דערנאך איז געקומען די
פארכטיגע ראש השנה און יום כיפור, ווען דער עולם, בפרט די באטראפענע און
דורכגעפאלענע האבן מיט פארווייטאגטע צובראכענע הערצער זיך אויסגעוויינט
צום רבוש"ע דער חנון המרבה לסלוח, און דערנאך איז געקומען דער הייליגער
סוכות, די תשובה מאהבה... און ביי פיל איז געקומען דער געפיל פון זדונות
נעשו לו כזכיות, און מ'האט זיך צוביסלעך אנגעהויבן אין גרויסן מוחל זיין די עבירות,
אזוי אז ביז עטליכע וואכן נאך סוכות איז שוין כמעט נישט געווען צו
דערקענען אז דא איז מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק פארגעקומען אזא
לאנגיעריגער מכשול.
דער עולם האט צוביסלעך אנגעהויבן צוריק איינקויפן פלייש אין די
סופערמארקעטס, די שרעקליכע עוולה פון ריפעקעזשינג אויף כל מיני מעדנים
ומטעמים, אריינגערעכנט פלייש און פליישיגע פראדוקטן איז פארביי געפלויגן,
און א גרויסער עולם, אפילו פון די אדורכגעפאלענע, האלטן בערך דארט ווי
פריער.
א טייל האבן נאך עטליכע פארשריפטן וואס מ'האלט יא שטרענג איין, און טייל געשעפטן האבן א געהעריגע השגחה אויף די ריפעקעזשינג, אבער
"רוב עולם" טוט היינט בערך דאס ווי פריער, די גרעסטע ראי' דערצו קען יעדער
זען אין די פאליצעס פון די סופער געשעפטן און גראסעריס, און ביים
"טשעק-אוט" וואו די קונדן שטייען אין די שורה צו צאלן זייער ארדער.
גייט היינט אריין אין די גרעסערע געשעפטן, צי איז דאס מאנסי,
וויליאמסבורג, בארא פארק אדער פלעטבוש, זענען די געשעפטן פול מיט
איבערגעפאקטע פראדוקטן פון פלייש, פיש, מזונות, ביז טשאקאלאד, קענדיס, און
אנדערע זיסווארג.
אין איין גראסערי געשעפט האב איך געפרעגט דעם אייגנטימער, צו ער קען
מיר אפשר ערקלערן פארוואס ער מוז דוקא פארקויפן ריפעקעזשט פראדוקטן נאך
אזא מיאוסע ערפארונג וואס כלל ישראל האט דא געהאט.
ווי ערשטוינט בין איך געווארן ווען ער האט מיר געענטפערט אז די קונדן
זענען די וואס פארלאנגען דאס, קיין איינציגער קונה האט אים נאכנישט
געפרעגט פארוואס ער טוט ריפעקעזשן, און ער מוז צושטעלן וואס דער קונה
פארלאנגט!
אין אנדערע ווערטער, קען היינט יעדער סוחר - אויב ער וויל ח"ו - ווערן נאך א פינקל, אן קיין שום פראבלעם אדער הארץ קלאפעניש...
יעצט
זענען מיר שוין ערפארן, מיר זענען עס דורך אויף א גראבן און ביטערן
פארנעם, מיר ווייסן שוין אז מיר דארפן זיך בעסער צו היטן, אלא מאי, וואס
איז פשט פון דעם מצב ההפקירות אין די געשעפטן אין אידישן מארק?
צו ווארטן מיר חלילה פאר נאך א גוטן קיצל?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/2/2007 19:44 |
|
| |
מי יתן והי', דא אין אמעריקא הייבט מען הערשט יעצט אן פארשטיין וואס מיינט השגחה, און יעצט אז מ'ווייסט שוין "עפעס" דארף דער עולם פארלאנגען און טון דערצו אז 'השגחה' זאל מיינען "השגחה"!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/2/2007 18:05 |
|
| |
קוקטס דא וואס די עדה האט דורך געפירט אין אר"י און רב לאנדא און ב"ב האט דאס שוין עטליכע יאהר http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2147599
א משגיח מטעם העדה מוז זיגלען אויף א יעדע פעקעל פלייש וואס גייט ארויס פון גישעפט פאר דעליווערי ווען וועלען מיר שוין דאס זען דא אין בארא פארק
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 22:52 |
|
| |
עבד עברי איך זעה דו האסט א פראבלעם מיט מיין ענגליש, איך קען עס נישט העלפן, אויף די קאמפיוטער וואס איך באנוץ, איז זייער קאמפליקעיטעד מיט יודיש, מיין פערסאנעל קאמפיוטער האט אויפגעריכטעט יודיש זייער גוט.
אויך ארבעט איך מיט ענגלישע דעטע אגאנצע טאג, ווען איך וויל עפעס אפקלאפן מיט קאמפיוטער, גייט עס מיר גרינגער אין ענגליש.
אבער איך פיל אז אמת'דיג, נישט די ענגליש איז עס וואס באדערט דיך.....
דו האסט דא עפעס א אדזשענדא....און איך בין נישט אזוי פארשטענדליך וואס עס איז...
אויף דעם וואס דו עקיוזד מיך צו ארבעטן פאר התאחדות, זאלסטו וויסן, אז דאס איז פשוט זינלאז, נישט איך ארבעט נישט פאר זיי, נאר מיין אינדוסטרי וואו איך בין עמפלויד אין, האט נישטאמאל גארנישט מיט פוד אדער פוד פראדאקטס, סאו, מאך זיך נישט צונער מיט אזעלכע לעכעריגע אקיוזעישאנס.....
איך בין א פשוט'ע יוד, און איך וויל עסן כשר ווען איך באצאל פאר כשר, "איי וואנט טו געט וואט איי פעי פאר", סימפל.
און איך בין נישט באוויליגט צו באצאלען פאר פאוני כשר, א כשר'ע פרייז, דו פארשטייסט? און איך בין רעדי צו קער נעמען פון אלע פאוני בעלאוני דורך די צייט... איינס נאך איינע...
BUCKLE UP
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 08:30 |
|
| |
אין וואס טיט זיך מיט די שארטענונגס וואס האט זיך אמאל געטימעלט
אויך מיט אנדערע אינגרידיענטס וואס די רעסטאראנטען אין בעקערייען באניצען זיך
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 04:54 |
|
| |
טשאפלין האט א רעכט צו שרייבען אויף וועלעכע שפראך סאיז אים גרינג אין באקוועימט
אויב סאיז פאר דיר וועגען סיי וועלעכע סיבה אומבאקוועמט צו ליינען זיינע שרייבאכץ, האסטו אלע ברירות עס נישט צו ליינען
איך קען נישט אזוי גוט שרייבען ענגליש, אבער איך קען זייער גוט ליינען ענגליש, און איך באלעק מיך מיט אסאך פון טשאפליןס תגובות
טשאפלין, געב נישט אויף, דו ביסט א פיינער שרייבער!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 04:48 |
|
| |
ר' קאפלאן הערט מיך אויס .
אייך באדערט עפעס. אדער האט איר עפעס א שייכות מיט די התאחדות הרבנים. אדער מיטן מנהל הרב גליק. . איר ווילט נישט הערן דעם אמת ווייל איר ווילט נישט רעדען אויף זיך אליין. אין אדם רואה נגעי עצמו.(לשון הספרי . משנה נגעים. כעין לשון גמ' שבת קיט.) הטרם תדע אז די השגחה פון די התאחדות הרבנים איז זייער א שוואכע השגחה.. דער עולם גולם איז אייגערעדט וויל עס איז א ברענד נעים. און זיי גייען אהן אפען מיט זייערע פרעכהייט בלי שום מורא ובלי שום בושה.
קודם אפילו די בעקעריס וואס זענען טאקע עטוואס בעסער געווארן. איז נאך אלץ דא ג . און ס. וואס גויים באקען אהנע שום משגיח אדער אפילו אהן א יוד ארבעטיר.
איך רעד שוין נישט פון דעם געשעפט אין פלארידא וואס איז ממש הפקר פעטרישקע. ווייל די יודען וואס זענען עובר אויף דעם איסור פון די התאחדות און פארן אויף מיאמי ביעטש מעגען לשיטתם עסן טריפות ונבילות אויך.
אבער למשל ביי די מעשה פון בודק ווילאנג האט געדויערט ביז דער עולם האט גערודערט און גערודערט . טאקע דא אויפן היידפארק און אויף די האט לייןס. ביז ענדליך ענדליך האט זיך די אייז אביסל געבראכן .
אז נאך וואכען עסן שרצים ושקצים ורמשים האט מען אויפגעהאנגען א צעטל אין סאטמאר ראדני פון די התאחדות אז די סטראבעריס און בראקלי פון בודק איזן ווערעימדיג.
אבער מען האט דאס נישט אריינגעשטעלט אין קיין שום צייטונג. און אין קיין שום סטאר . מען האט נישט געמאכט א ריקאל. נאר א צעטל פאר ראדני. און וואס איז מיט די אנדערע אידען וואס נוצען התאחדות
זיי מעגן עסן טריפות. ר"ל?
און צו דיר טשאפלעין . שרייב נישט ענגליש אין דעם פורום ווייל דאס איז א יודישער פורום אויסדרוקליך. ענגליש איז דא גענוג פורוםס וד"ל
איך האב מיך אנגעומען פאר הרב ק השגחה. ווייל דארט בין איך מער ווייניגער באקאנט אבער ביי הרב ר קען זיין עס איז אפילו בעסער וויא די התאחדות. אבער איך בין נישט באקאנט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2007 19:26 |
|
| |
איך האלט נישט מיט דעם גאנצען שמועס דא. אבער וואס טשעפלעין איז מעורר איז טיילווייז גערעכט.
גערעכט איז ער אז דער ר' ע"ר'ס השגחה הענגט אין א שיינע פאר געשעפעטן, און גערעכט איז ער אז עס פלעגט נישט טויגען ווי עס דארף צו זיין. איך האב טאקע געהאט אן געזאגט ביי מיר אין שטיב אז מען זאל זיך אויף דעם השגחה נישט פארלאזען.
אבער ב"ה לעצטענס (מחמת כמה טעמים) געווארען ביי זיין השגחה א שינוי לטובה. ער האט אויף גענומען א נייער משגיח, א פיינער יונגערמאן גראדע, וואס גייט א גאנצען טאג ארום באזוכען זיינע געשעפטען.
איך ווייס נישט וואס די קוואליפיקאציעס פון דעם יונגערמאן זענען, צו ער קען זיך אויס אין בדיקת תולעים, הלכות הפרשת חלה ה' בישול ישראל וכו' וכו', אבער דאס ברענגט עכ"פ ארויף דעם השגחה פון ר' ע"ר לכה"פ אויף דעם לעוועל פון אנדערע השגחות, און זיכער אויף א הכערע לעוועל פון יענער השגחה, וואס חוץ אויף בעקערייען ווי זייט זיי זענען אזוי מיאוס דורעך געפאלען האבען זיי אויף גענומען א משגיח מיוחד נאר אויף בעקערייען (לפי ידיעתי טוט דער זילבערשטיין א הפלא'דיגען דזשאב), זעהט מען כמעט נישט א משגיח פאר די אויגען אין זייערס א רעסטאראנט וכו'.
אויף באגעטוסט אויף 13עוו. הענגט א צעטל פון ר' ע"ר ווי ער איז מסביר ווי זיין השגחה ארבעט. ווי ווייט איך בין עס נאך געגאנגען שטימט אלעס. צו איך וועל יעצט עסען פון א רעסטאראנט מיט אן השגחה פון אים איז א באזונדערע שאלה, אבער אים אינגאנצען אוועק צו מאכען און אים צו גלייכען צו די אנדערע האשגוכע'ס/לעיבעלס איז זיכער נישט גערעכט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2007 18:44 |
|
| |
Rockland
I didn't do the profiling, I brought up issues on 2 hashgochos (initials only), looks like "Eved" only caught up to 1 of the 2 mentioned rabbonim - for some reason, & he started mixing the kasha on a high flame, & here are the results... it was only 'Eved Ivry' that attracted all spot lights to focus on rav k. from u.
in my gut feeling, the other hashgocho I mentioned is more of a threat to the kashrus of community - as of now, since rav k lost most of his hashgochos in BP, versus rav r. that has his logo hanging in numerous food stores & eateries all over town,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2007 00:55 |
|
| |
ראקלענד,
איך ווייס נישט צי הרב שעהן (וואס האט געהאט די אינטערוויוען מיט א.מ. ג"ב) איז דער מענטש וואס דו מיינסט, "ווער עס ווייסט קראנטע אינפארמאציע און זיכערע ידיעות איבער כשרות און מכשירים"... ווילאנג עס איז שטיל בעהט מען אז די דאזיגע וועלכע האבן ידיעות זאלן זיך לאזן הערן, איינמאל זיי הייבן אן זיך צו לאזן הערן, בא'טיטל'ט מען זיי ווי משוגעים און נישט נארמאלע...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2007 23:10 |
|
| |
הלואי זאל זיין אונזער השגחה פראבלעם נאר דעם רב וואס מען האט זיך דא גענומען איבער זיינע ביינער, מען נארט זיך, דער פראבלעם איז טיף און ווייט...
די גאנצע סיסטעם פון השגחות און כשרות ביי אונז אין אמעריקא, אין יעצטיגן זמן, איז ליידער גוט אין פעסט באגראבן, פון פיל וואס הייסן שוין פון אביסל בעסערע השגחות דארפן זיך נאך אסאך פארבעסערן, קיין משגיחים תמידיים איז כמעט נישט דא, נאר ממש אויף געציילטע ערטער ביי געציילטע מכשירים, די סטאנדארטן זענען נישט דאס זעלבע ווי עס ווערט פארלאנגט א שטייגער אין א"י ביי די בד"ץ העדה, אדער ביי הרב לאנדא וכדומה.
אויב וויל מען זיך דוקא נעמען איבער די ביינער פון די השגחה געבער, זאל מען גיין אחת לאחת, נישט זיך אפשטעלן ביי איינעם.
איך פארשטיי די געפיל אז דער עולם איז יעצט אנגעצינדן דירעקט אויף דעם דערמאנטן דיין, צוליב זיין דורכפאל פון געבן השגחה אויף די פאלשע שמן זית פאר חנוכה, און דער עולם האט געצינדן מיט הונדערט פראצענט וועזשטעבל אויל אנשטאט שמן זית, און בשעת איינס פון די צוויי דיינים וואס האט געגעבן א השגחה דערויף, האט צוריקגעצויגן וויבאלד ער האט געהערט וואס דא טוט זיך, האט דער דערמאנטער דיין נישט געהאלטן ביים צוריק ציען, זיין חותם ליגט נאך יעצט דערויף.
אבער דאך האלט איך אז עס איז נישט מענטשליך און נישט ריכטיג זיך נעמען איבער די ביינער פון א יחיד, אפילו ער איז באגאנגען עפעס נישט ריכטיג, וויבאלד עס איז פארהאן אין די אידישע מארק פיל אנדערע מכשולות אין כשרות וואס זענען נישט ווייניגער פראבלעם, אפשר נאך פיל מער ווי דעם דיין.
ווער עס וויל באמת אויפטוהן אין כשרות, זאל זיך אפטשעפענען פון צולייגן א יחיד, און גיין איינס נאכ'ן צווייטן, אדרבה, ראטעווען אידן פון מאכלות אסורות איז נישט פון די קלייניקייטן, יעמוד מי שירצה, ווער עס ווייסט קראנטע אינפארמאציע, און זיכערע ידיעות איבער כשרות און מכשירים זאל אינפארמירן דעם ציבור.
מיט די רעכטע פיס!.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2007 10:13 |
|
| |
כדי שלא להוציא הזמן חלק.
אזוי וויא מיין פריינט שויתי זאגט אז עבד עברי איז א ליידיג גייער. און אין א אנדערען אשכול ענטפערט ער גארנישט מיט גארנישט . ער שרייט נאר געוואלד אז ער וועט ענטפערן. אזוי וויא יענער טוען זאגט "יש לי ראיות להביא" יש לי עוד טענות וכדומה . פוסטע שטותים והבלים. יכלו הנייר (הנאר והפתי) והם לא יכלו .
מוז איך עהם נאך עפעס ענטפערן.
און אפילו ער וועט נישט מקבל זיין אבער דער ערענסטער עולם דא אויפן פארק וואס וויל יא וויסן דעם אמת. זאלען נישט פארפירט ווערן מיט שקרים און כזבים. וועל איך נאכאמאל ענטפערן. אזוי וויא אונזער היילגער רבי בעל דברי יואל זי"ע שרייבט אין קונטרס שלש תשובות פאר הרב כאהאנאוו. אז ער וויל עהם בל"נ מער נישט ענטפערן . ווייל ער עקשענט זיך צו פארקויפן שקר.
רבותי דער רב המכשיר האט נישט געוואלט געבען קיין הכשר אין מיאמי. איז געקומען הרב ש. ג. מיט מ. ק. דער בעה"ב און זייער געבעטען אז ער זאל געבען דארטן א השגחה. איז ער אהינגעפארן 2 מאל איינמאל אינמיטן סליחות טעג. ביז מען האט אויסגעארבעט א סדר ההשגחה.
און ר ש ג ע"ה האט אונטערגעשריבען אז ער וועט זיין משגיח אין דעם געשעפט. קיין בעקערי איז נאך דעמאלס אין מיאמי נישט געווען. רוב עולם האט געקויפט חלות אדער ביי טאוער פארטי וואן. אדער ביי א בעקערי וואס האט געהאט די הכשר פון ראביי ליווי פון די אקעי . מיט א משגיח א סופר א ליובאוויטשער פון מיאמי.
ר ש ג ע"ה האט געמאכט צעטלען מיט די הסכמה פון הרב ר ש ד ק קעגען יענע בעקערי. די אקעי איז געקומען צו הרב ש ד ק און געוואלט עהם רופן צו א דין תורה אדער גאר לערכאות. האט עהם ר ש ג ע"ה געזאגט אז ער זאל גארנישט מורא האבען און ער וועט קער נעמען.
ביז זומער איז הרב ש ד ק געפארן נאך 2 מאל קיין מיאמי . אויך ממש צוויי טעג פאר פסח. אהין און צוריק . יעדעס מאל איז ער איינגעשטאנען ביי ר ש ג ע"ה להבחל"ח.
און עס קען זיין אמת אז דעם יונגערמאנס(שויתי) זיידע האט טאקע געקויפט חלות ביי די בעקערי וואס איז געווען בימים ההם די איינציגע בעקערי אין מיאמי וואס האטו בכלומערש געהאט א הכשר און עס איז געווען פת ישראל דורך א ליובאוויטשער משגיח. (וואס טראגט נישט מיטן וויליאמסבורגער ווייערלעס עירוב)
אבער ר ש האט געפערליך פארפירט מען זאל נישט נוצען די ברויט און חלות פון יענע בעקערי.
אדרבה ער האט געמאכט אז ווען מען פלעגט ברענגן בילקעס צו של"ס אין קערעסטירער ביהמ"ד פון יענע בעקערי האט ער מרעיש עולמות געווען. און ערלעדיגט אז דער רבי דער ברך משה זי"ע זאל נישט עסן פון די חלות אין קערעסטיר.
שפעטער איז ר ש ג ע"ה געקומען קיין וויליאמסבורג און געבעטען הרב ש ד ק אז ער זאל קומען קיין מיאמי מען האט אפגעקויפט א פלאץ ארויס פון די געגענט וויא מען גייט מאכען א בעקערי וואס וועט זיין עכט כשר לכל הדעות פארן סאטמארען חסידישען עולם. איז הרב ש ד ק געפארן מיט עהם באין ברירה.
און מען געקויפט נייע כלים און מען האט געגליט דעם אויבען כדת וכהלכה. און מען האט אריינגעשטעלט א משגיח תמידי. און ווען מען האט נישט געהאט איז ר ש ג געווען דער משגיח.
ויהי היום אינמיטן זומער איז ר ש ג געקומען צופארן דא אין די סאטמארע קעמפס. און דער משגיח פון דארטן איז אויך אוועק געגאנגען האט הרב ש ד ק געבעטן הרב רפאל גרויס קערעסטירער רבי השי"ת ישלח לו רפו"ש מן השמים במהרה בתחשח"י. אז ער זאל איינעם פארשאפן.
איז הרב ק אהינגעפארן און ארומגעזוכט . ער האט אפילו געבעטן איינעם ש וואס האט דארטן געוואינט אבער למעשה האט ער נישט געקענט טרעפען. האט ער אראפגענומען די השגחה. אזוי וויא עס איז געשטאנען אין דער איד. און אויף צעטלען אין אלע בתי מדרשים אין מיאמי.
נאכדעם איז געקומען ר"ש ובנו י"י און געמאכט א סקאנדאל אוןן ער האט פארפירט א מערכה קעגען הרב ק אז ער זאל שוין צוריקגעבען די השגחה. אבער ער האט נישט געוואלט.
האט מען געמאכט א קאנטראקט און ער האט איבערגעגעבן די השגחה . פאר די התאחדות הרבנים.
פארן סיינען דעם קאנטראקט האט רבי ש ג ע"ה געפרעגט הרב ק נאך איינמאל אויב ער וויל ווייטער ממשיך זיין מיט די השגחה. דעמאלס . נעמט ער נישט די התאחדות. האט ער עהם גענטפערט אז ער וויל נישט מער . איז עס אריבער צו די התאחדות
נאכדעם ווען רבי שמשון האט שוין נישט געהאט כח . האבען מענטשען געפערליך פארפירט ובתוכם משפחת ב. החשובה ממאנרוי. און נאך משפחות חשובות. האט די התאחדות אראפגענומען די השגחה אויף איין וואך . און תיכף דערנאך צוריקגעלייגט. און יעצט לעת עתה מה דהוה הוה. אבער יעצט ווערט דארטן געקאכט אלע מינים פליישען . מיעל מארט . רובשקין . ליובוויטש. נאר גוויים קאכען עס איז בכלל נישט דא קיין משגיח . יעדער קען אריינגיין און זעהן עין בעין.
נאכדעם איז פארגעקומען די אויבערשטע מעשה פון הרה"ח ר בר.. בייל.. מיט די לעבער. וואס דער גוי האט עהם געוואלט פארקויפן. .
יעצט נראה למי החוותמת ולמי הפסילים. ר"ש האט טאקע פארפירט קעגען די טעיקאוט וועגען דעם האט ער אראפגעברענגט קיין מיאמי הרב ק נאר אויף די סטאר נישט אויף די בעקערי. און די בעקערי איז הערשט שפעטער נתייסד געווארן.
והרוצה לשקר ירחיק עדותו.. מען קען פרעגען דער הרב ק אליין . ער ענטפערט יעדען איינעם .וואס יעדער פרעגט עהם. און מען קען אויך פרעגען דעם זון פון הרב ש ג. און אויך דעם דעעשער רבין מיטן קערעסטירער רבין.
יעצט טייערער "שויתי" איך זעה אז דו ביסט נישט אזוי ליגנער וויא איך האב געמיינט. איך זעה נאר אז דו דרייסט איבער די יוצרות. דו ביסט נישט אינפארמירט כהוגן.
בתחילה אומר על טהור טמא ואח"כ יורד ואומר על טמא טהור. .
דו ווילסט נאר זעהן יעדע זאך אזוי וויא ווילסט עס זאל זיין. וועגען דעם זעסטו אז די עירוב חברה שלאגען וכדומה.
על כן בעט איך דיך וילסטו וויסן דעם אמת. וועל איך דיר א טובה טון . איך וועל דיר זאגען דעם אמת. און דו וועסט זוכה זיין והגדת לבנך ולבן בנך דו וועסט קנען דערציילען פאר דיינע קינדער און קינדס קינדער אי"ה אמתע פאקטן מיט נארמאלע זאכען. ואם תפנה לבבך ולא תשמע. און אויב דו ווילסט בלייבן א עקשן. און גלייבן לגיונות מיט דמיונות יהי לך אשר לך געזונטערהייט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2007 03:18 |
|
| |
און איך מיין נישט יענע רב פערזענדליך חלילה, איך מיין נאר זיין חותם וואס האט געגעבען די השגחה...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2007 03:16 |
|
| |
איך האב נישט געוואלט דערמאנען נעמען אפילו מיט רמזים, טשאפלין האט יא דערמאנט דעי נאמען וואס כהאב געמיינט, און כהאב טאקע געברענגט דעי מעשה אן א נאמען, ווייל עבד האט אריינגערוקט געוואלטיגע לימוד זכות אויף יענעם בעל מכשיר, האב איך געוואלט טשעקען צו איינער געדענקט
איך בין מכיר טוב פאר שטאפלין פאר ברענגען א חלק פון די מעשה, אבער איך בין נישט צופרידען אז ער האט געזאגט א נאמען, ווייל איל על שוין נישט קענען מאחיב הדיבור זיין ווען מרעדט פון א פרטיתדיגע מענטש
אבער אזויווי טשאפלין האט גארד געכאפט פון וועים מרעדט, אזוי קען עדות זאגען יעדער וואס האט זיך געדרייט אין קערעסטיר, מיין זיידע האט אמאהל געקויפט חלות דארטען, ווען דער דערמאנטער האט געגעבען דארטען השגחה
ר' שמשון האט אים געזאגט ערב שבת נאכמיטאג אז די חלות זענעןאפשר גאר א שאלה פון מוקצה, ווייל סאיז נישט כשר, נישט קיין פת ישראל, און סאיז זיכער נישט חלה גענומען, ער האט פארשאפט פאר מיין זיידע אנדערע חלות מיט מצות נאנט צום זמן
ער האט פארפירט אויף דע גאנצע טעיק אוט און בעיקערי אז סאיז געפערליך, און ער פלעיגט ארומגיין אין קערעסטיר און פארפירען אויף די הפקירות
קען זיין עבד איז גערעכט און היינט געט שוין התאחדות, קען אויך זיין אז סאיז נישט הונדרעט פרעצענט גוט אפילו אונטער התאחדות, איך בין נישט התאחדות לאיער, אבער יענע יארען איז געווען שרעקליך, און די שטענדיגע איינוואינער פון מיאמי זאגען אז סאיז יא אסאך בעסער יעצטערט די כשרות ווי אמאל ווען סהאט אינגאנצען נישט געהאט קיין השגחה סהאט בלויז געהאט א חותם פון א רב 1500 מייל אוועק, וואס יענע רב האט נישט אפילו געהאט קיין געהעריגע משגיחים אונטער זיך, אין דער זעלבע צייט וואס ער האט געגעבען השגחות דעמאלץ אויף נאל אסאך סטארס רעסטאוראונטס אין בראקלין, און אויף א גרויסער עסען און נאש קאמפעני
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2007 22:14 |
|
| |
ער שרייבט שוין ווייטער ענגליש. ווייל ער וויל חאטש נישט שרייבן ליגענט אויף אידיש. אזוי וויא איך האב שוין מודיע געווען אז דער שרייבער טשאפלעין באלאנגט צו די התאחדות הרבנים חברה. און ער פארקויפט שקרים.
הרב ק. האט אויפגעגעבען די השגחה. פון "קאשער ווארלד" און רבי ש ג. ע"ה האט עהם געבעטן ער זאך נאך אלץ געבען די השגחה. און ער האט נישט געוואלט . רבי ש . ע"ה האט עהם אפילו געוואלט רופן צו דין תורה צוזאמען מיט ר מ ק. דער בעה"ב און אייגענטומער פונעם געשעפט. אבער ער האט ערלעדיגט אז די התאחדות זאל איבערנעמען די השגחה
דעם וואס די מעשה איז א נפקא מינה און ער וויל וויסן דעם אמת. קען פרעגען דעם דעעשער רבין אויךקערעסטירער רבינס משפחה . אויך ר' י י ג. זון הרב ש. ע"ה. וואס וואינט דא אין וויליאמסבורג.
ויסכר פי דוברי שקר.(איך מיין נישט עהם ח"ו . איך מיין זיין ניק וואס שרייבט סתם פאלש)
והאמת תהא נעדרת בעיקבתא דמשיחא
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2007 21:25 |
|
| |
please don't play dumb!
Shivisi was talking from the years before hisachdus was forced to take over hashgacha from rav sh. d. k. of Ud. (and maybe it still isn't 100% ok yet), but it was well known that when K. gave the hechsher, it was a kashrus disaster, and when the consumers put up a fuss, the owner of the bakery & take out was supposed to change hashgacha in order not lose his business completely.
|
|
|
|
|